וועגן דעם ארכיוו
מייסטערווערק (meisterverk.com) איז געווען א חסידיש־אידיש וועבזייטל פאר "קוואליטעט ליטעראטור, פונעם היימישן ציבור פאר׳ן היימישן ציבור", מיט׳ן מאטא קנקן חדש מלא ישן. עס האט געדרוקט עסייען, פארש־ארבעט, היסטאריע, פאעזיע, הומאר, פיקציע און אינטערוויוס.
אין קאווע שטיבל האט מען עס פארגעשטעלט (יאנואר 2024) אלס "די קומענדיגע שטאפל פון אונזער/אייער באליבטער ״וועקער״" — דעם ליטעראטור־מאגאזין פון דעם פארום. די ערשטע אויסגאבע איז ארויס ערב פסח תשפ״ד (אפריל 2024, "א מתנה פאר פסח"), און א צווייטע אויסגאבע לכבוד צווייטע טעג פסח. צו יעדן ארטיקל האט מען געעפנט א שמועס־אשכול אין דעם קאווע שטיבל פארום "מייסטערווערק / דער וועקער" (אין אונזער קאווע שטיבל ארכיוו).
נאך די צוויי אויסגאבעס זענען מער קיין נייע ארטיקלען נישט צוגעקומען. אין ווייבעק־משין זעט מען דעם זייטל לעבעדיג ביז דעצעמבער 2024; פון יאנואר 2025 איז דער דאמעין שוין געווען א ליידיגער "פארקינג" זייטל.
וואס איז דא
- 13 ארטיקלען (12 ארטיקלען + די רעדאקציע׳ס הקדמה), מיט׳ן פולן טעקסט, די טעמעס (טאגס), די שרייבער און די אויסגאבע.
- דער טעקסט קומט פון א קאפיע פונעם זייטל וואס איז נאך היינט אנליין אויף meisterverk.netlify.app, און מען האט אים פארגליכן מיט די ווייבעק־קאפיעס פון 2024 (11 פון די 12 ארטיקלען זענען פארכאפט אין ווייבעק, און זיי שטימען אינגאנצן). "דער גרינער יצר־טוב, קאפיטל פיר" איז נישט פארכאפט אין ווייבעק, נאר אויף דער netlify קאפיע.
- א זייטל "גרינער־יצר־הרע־טיזער" אויפן אריגינעל איז געווען ליידיג (נאר א טיטל), דעריבער איז עס נישט אריין.
וואס פעלט
- בילדער: זיי זענען נישט אריינגענומען; אויף זייער ארט שטייט [בילד] (מיט דער אונטערשריפט ווען ס׳איז געווען). יוטוב ווידעאס האבן א לינק.
- "דער גרינער יצר־טוב" קאפיטלען 1–2 זענען נישט ערשינען אויף מייסטערווערק (זיי זענען, לויט דער נומערירונג, געווען פריער, ווארשיינליך אין "דער וועקער").
נעמען און פריוואטקייט
די שרייבער־נעמען זענען ווי זיי זענען געשטאנען אויף מייסטערווערק — מיר האבן גארנישט צוגעלייגט. אימעילס, טעלעפאן נומערן און סאשיאל־מידיא נעמען זענען אויסגעמעקט.
דאס איז אן ארכיוו־קאפיע פון א עפנטליכן זייטל, פאר לייענען און זוכן. דער אריגינעל: meisterverk.com אין ווייבעק ↗.