מייסטערווערק — ארכיוו
קנקן חדש מלא ישן · meisterverk.com · 2024
זוך אין אלע ארכיוון

געדרוקטע אויסגאבע — מייסטערווערק 1

די ערשטע אויסגאבע (ערב פסח תשפ״ד) ווי זי איז צוגעגרייט געווארן פאר׳ן דרוק: 54 זייטן, מיט דעם אריגינעלן אויסשטעל.

⬇ PDF אראפלאדן (30.0 MB)

די PDF איז געפונען אין דעם עפנטליכן „קאווע שטיבל ליין מאטריאל“ פאלדער (געשטעלט אויף קרעמל). זי האט נאר בילדער, נישט קיין טעקסט; דער טעקסט אונטער יעדן בילד איז געלייענט פון בילד (OCR) און קען האבן טעותים. דער ריכטיגער טעקסט פון די ארטיקלען איז אויף זייערע אייגענע בלעטער אויפן הויפט זייט.

זייט 1

זייט 1
טעקסט (OCR)

עגיעמין

גִנַחסי שער נפֶּס 6 מאיר לאַבין - ערב פסח תשפ"ד

א שטאלצער מאה שערים ער מיט אקאדעמישע דערגרייכונגען. א פיאנער און מחנך. אן עסקן און א מנהיג. זעלבסשטענדיג אבער באשיידן, שעפעריש און געלאסן, אויסגעשפראכן אבער שטיל און אידל: די פילפארביגע פערזענליכקייט פון רבי מנהם בומבאך שליט"א - מייסד ונשיא רשתח החינוך "נצח' וראש ישיבת המדרשה החסידית

הי באוי בא פװארפריס סאל פאר זיינע פרינציפן און טרעט אויס א וועג וואס ווייניג האבן באוויזן אויסצוטרעטן פאר אים. א מענטש וועלכער איז אויסגעשטאנען בי שיאל יכפררסטאער פן הנ - און שטײט אס - רדדיפות און הס הואפטעך פארפאלגונגען, אבער עס רירט אים נישט

קיין טפח פון זיין מיסיע און פון זיינע אומאויפהערליכע פעולות וועלכע נעמען ארום גאנץ ארץ ישראל, און דינען אלס ביישפיל פאר פיל מנהיגים בכל תפוצות ישראל.

ער שטענדיגער שמייכל און איידעלער כאראקטער פון רבי מנחם בומבאך ביים ערשטן באגעגעניש קען מאכן פארגעסן דעם פאקט אז עס האנדלט זיך פון א מענטש מיט א גאר שטייפן כאראקטער און סאלידן רוקן-ביין. ער איז איינער וואס צאלט א פרייז

זייט 2

זייט 2
טעקסט (OCR)

דער יונגער פנים פון ר' מנחם דערמאנט אז ער איז טאקע נאך אין א רעלאטיוו-יונגן עלטער פון עטליכע און 40 יאר, אבער זיין רעזומע פון דערגרייכונגען איז פשוט אומגלויבליך: אנגעהויבן פון א בליענדער קאריערע פון חינוך און קירוב רחוקים מיט יוגנט פון מזרח אייראפע אין מגדל העמק, צוויי ‏ אקאדעמישע דעגריס פון היברו אוניווערסיטעט, גרינדער פון דער 'מכינה לחרדים' אקאדעמיע אין היברו אוניווערסיטעט, גרינדער און ראש ישיבה פון 'המדרשה החסידית' אין ביתר עילית, גרינדער און נשיא פון דער חינוך-נעץ 'נצח', מיטגליד אין דער נאציאנאלער קאמיסיע פאר חינוך אין טעכנאלאגיע אין מדינת ישראל, און נאך א טוץ פון דערגרייכונגען און טיטלען.

וואלט איר אוודאי זיך פארגעשטעלט א געשטאלט און כאראקטער פון א 'בולדאזער', א מענטש וועלכער זעט אויס װי א רוח האט אים באטראפן. אבער א באגעגעניש מיט רבי מנחם איז א לימוד אינעם כלל פון 'לא בחיל ולא בכוח כי אם ברוחי' - זיין שטארקייט איז אן אינערליכע און זיין כאריזמע נעמט זיך פון זיין פנימיות'דיגן ברען. אויסערליך איז ער אן איידעלער און געלאסענער מענטש וועלכער נעמט זיינע כוחות פון זיין אינערליכער שטארקייט און השקפה'דיגער זיכערקייט - ער גלײיבט אין זיין מיסיע און איז איבערצייגט אין זיין שליחות. ער רעדט רואיג און געמאסטן, זיינע ענטפערס זענען שארף, און מען זעט אז ער האט אן אויסגעארבעטע 'משנה סדורה' וועלכע שטייט אים פאר די אויגן און דירעקטירט אלע זיינע פעולות.

הרב מנחם בומבאך

"טס וס מיך 6 מיס ווי? מיך ויל מס מעסטרגאעוסססישטר כנף תמאן סמ סִיוקי"

ווען אימער עס קומט ארויף אויפ'ן סדר היום א דעבאטע איבער סיסטעמאטישע שינויים וועלכע פאדערן זיך אין אונזער געזעלשאפט, ספעציעל ווען עס קומט צו חינוך, הערט מען די זעלבע טענה פון די עומדים על המשמר און פונדאמענטאלע קנאים: אז די אלע וואס פאדערן שינויים און די וועלכע פארנעמען זיך דערמיט זענען 'דרויסנדיגע' - אזעלכע וועלכע זענען נישט קיין טייל פון אונזער ציבור, און קענען דעריבער נישט אריינרעדן וואס אנבאלאנגט אונזער קאלעקטיוער עתיד.

אפגעזען צי די טענה איז ריכטיג (עס איז מעגליך אז צומאל האבן מענטשן וועלכע האבן פארלאזט א בעסערע פערספעקטיוו) ליגט אבער א געויסער אמת אין דעם מציאות אז זייער אסאך פון די וועלכע זענען וויליג צו עפנטליך אדרעסירן די ערנסטע און פונדאמענטאלע פראבלעמען אויפץ סדר היום פונעם היימישן ציבור, זענען אזעלכע וועלכע האבן נישט קיין סאך צו פארלירן. צי

זייט 3

זייט 3
טעקסט (OCR)

זענען דאס אזעלכע וואס האבן פארלאזט דעם היימישן לעבנסשטייגער אדער אזעלכע וועלכע האבן גענייגט זייער געצעלט בשולי המחנה און זענען וויליג צו מקריב זיין זייער סאציאלן סטאטוס צו עפנטליך קריטיקירן דעם "סיסטעם".

גאר זעלטן מאכט זיך אז אזעלכע וועלכע פירן א פולן חרדישן לעבנסשטייגער, און זענען 'מסלתה ומשמנה' פונעם הדות החרדית, זאלן זיין וויליג צו אפנויגן פון די קאנפארמיסטישע ליניעס און שרייען אז דער קייסער איז נאקעט און טײטלען אױף פונדאמענטאלע פראבלעמען וועלכע מזזן אדרעסירט ווערן. נאך ווייניגער זענען די וועלכע באגנוגענען זיך נישט מיט רעטאריק, נאר טוען למעשה און נעמען אונטער פראיעקטן טראץ קעגנערשאפט פון דער 'מעינסטרים' הנהגה, מיט א שיפער איבערצייגונג אין דער ויכטיגקייט פון זייערע פעולות.

עס איז נישט קיין גוזמא צו זאגן אז רבי מנחם בומבאך איז אין דעם הינזיכט כמעט א יחיד בדורו' - און מעגליך א היסטארישער פיגור ועלכער װעט פארצײכנט װערן אין היסטאריע אלס א דרייסטער מנהיג וועלכער האט געמאכט אלס זיין לעבנס מיסיע צו אויסטרעטן א ניעם װעג פאר חרדישע יוגנטליכע אינעם 21סטן יאר-הונדערט. און ער האט זיך נישט אפגעשראקן פון קריטיק, רדיפות, מינדליכע און פיזישע אנגרייפונגען, ווען עס איז געקומען צו גיין מיט זיין אמת.

ווען מיר רעדן מיט רבי מנחם שטעלט זיך ארויס אז ער זעלבסט באטראכט זיך נישט אלס איינער וועלכער זוכט צו מאדערניזירן אדער טוישן די חרדישע וועלט, פארקערט גאר ער באציכנט זיך אלס א פולשטענדיגער חרדישער און חסידישער איד מיט'ן גאנצן ברען. אבער ער גלייבט מיט דעם

זעלבן אייפער און ברען אז עס פאדערט זיך א לעזונג פאר די יוגנטליכע וועלכע וילן אויסקלויבן א לעבן וועלכע איז משלב תורה עם דרך ארץ, אדער אזעלכע וועלכע ווילן זיך אנשליסן אין דער ציווילער געזעלשאפט.

עס איז שווער צו טראכטן אין אונזער דור פון פיל וועלכע האבן געטון אזויפיל וי רבי מנחם צו ברענגען א מהפכה אין חינוך. מיט אומגלויבליכער אנטשלאסנקייט און גבורה האט ער באוויזן צו צייגן א מאדעל פון א רעפארמיסט וועלכער איז אומבויגזאם מיט זיינע פרינציפן און גרייט צו צאלן דערפאר א פרייז. אין א שמועס מיט זיינס א ידיד באצייכנט ער רבי מנחם אלס "א מענטש וועלכער איז באמת א חסידישער איד מיט אלע רמ"ח איברים און אין דער זעלבער צייט א רענאסאנס מענטש... "

אונזער היימישער ציבור - מיט אונזערע געוואלדיגע מעלות און חסרונות - האט געבױט א לאבאלן סיסטעם פון סאלידאריטעט וועלכער מאכט גאר שווער פאר מענטשן צו עפנטליך אדרעסירן פונדאמענטאלע פראבלעמען וועלכע פלאגן אונז. ספעציעל ווען עס קומט צו חינוך - א נושא וועלכער איז סענסיטיוו און טאַבו - און טראץ וואס עס איז כמעט א קאנצענזוס אז עס פאדערט זיך א תיקון, הערט זיך אפט די טענה אז עס איז נישטא קיין סאך צו טון, און אז יעדער טויש װועט עווענטועל פירן צו א טיפן יסודות'דיגן טיש אין אונזער לעבנסשטייגער - וואס דאס איז עפעס וואס מיר ווילן לכאורה נישט.

רבי מנחם בומבאך און זיין ישיבה קענען דינען אלס באווייז אז די צוויי קענען לעבן בכפיפה אחת - א הויכע קוואליטעט חינוך צוזאמען מיט א חסידישן ברען. אין יאר תשס"ג האט רבי מנחם געגרינדעט א ישיבה וועלכע רופט זיך 'המדרשה החסידית'. דער

זייט 4

זייט 4
טעקסט (OCR)

נאמען אליין צייגט אויפ'ן פאראדאקס, נעמליך, א 'מדרשה' וואו מען לייגט א דגוש אויף אלגעמיינע לימודים, אבער אויך א מוסד מיט א הסידישן גייסט און ברען. ווען מיר פרעגן ר' מנחם אויב ער האלט אז ער ברענגט אריין 'רעפארמען' אינעם היימישן ציבור זאגט ער, "פארקערט, איך באטראכט מיך אלס איינער וועלכער האט ליב אונזער לעבנסשטייגער און איך גלייב אין אונזער מסורה. אלעס וואס איך טו איז צו פארזיכערן אז מיר האבן אן עתיד. איך בין נישט קיין רעפארמיסט, איך בין א קאנזערוויסט.." אפנים ר' מנחם שלאגט נישט נאר אפ דעם טיטל "רעפארמיסט", נאר ער האלט אז מיט זיין מהלך וועט אונזער לעבנשטייגער האבן א מער דויערהאפטיגן קיום.

רבי מנחם אין א שיעור צו די תלמידי המדרשה החסידית

וי אפור מיך הטאר איך העועמעט צאנובט איס בר רויסטר שא תמר מאך 166טיעס 3 סאצן אשר אין 00טסטוט"

מיר פרעגן רבי מנחם איבער זײן פערזענליכער רייזע פון די טיפענישן פון מאה שערים, ביז'ן געזען ווערן אלס א פיגור וועלכער בויט א בריק צווישן דעם פרומען און פרייען ציבור אין ארץ ישראל, און אלס פיאנער ווען עס קומט צו דעם נושא פון לימודי חול אין ישיבות.

ר' מנחם: איך בין אויפגעוואקסן אין מאה שערים. איך האב געהאט א געווענליכן "מאה שערים'דיגן חינוך". איך זעלבסט האב ביז די זיבעצן יאר אלט נישט גערעדט קיין איין ווארט עברית, נאר אידיש. איך האב געלערנט אין 'דושינסקיא' חדר און איך בין געווען א חלק פון דער סמעטענע פון דער 'עדה החרדית' - די סאמע פרומסטע קהילה ביים חרדישן ציבור. און איך שפיר זיך נאך אלץ גליקליך אז איך בין אויפגעוואקסן אין אזא סביבה, וואו איך האב געהאט גאר גוטע און זיסע קינדער-יארן. איך האב א גאר טיפע ליבשאפט צו מאה שערים, צו די געסלעך, צו דער אטמאספערע, די ריינקייט און תמימות, און ספעציעל צו די מענטשן וועלכע האבן באגלייט מיין יוגנט. איך האב דארט זוכה געווען צו קענען מענטשן וועלכע האבן געלאזט אן אייביגע השפעה אויף מיין לעבן. איך מיין אז װי מער איך האב מיך באקאנט געמאכט מיט דער גרויסער וועלט, האב איך אלץ מער געלערנט צו שעצן מער מין שטעטעלע, מיין מאה שערים.

אבער ווען מען וואקסט אויף אין אזא פלאץ - אזוי פארמאכט און איינגעשפארט - און מען גייט ארויס אביסל צו דער ברייטערער גאס, אפילו אין דער פרומער גאס אינדרויסן פון מאה שערים, פארשטייט מען באלד אז עס איז דא א גרויסער חילוק צווישן דאס וואס מען האט אין דיר אריינגעלייגט אין דיינע קינדער-יארן - אפגעזען פון די ריינע און גוטע כוונות - און דעם אביעקטיוון מציאות אין וועלכן מיר לעבן אין דער היינטיגער וועלט. דאס האט מיך ווארשיינליך געמאכט טראכטן און מיך געברענגט צו דעם פלאץ וואו איך געפין מיך היינט צוטאגס.

אט דער דיסאָנאַנס - דעם חינוך וואס מען באקומט און דאס מציאות - ברענגט דעם מענטש צו טראכטן אביסל טיפער איבער די זאכן ואס מען נעמט איביג אָן אלס

זייט 5

זייט 5
טעקסט (OCR)

זעלבסטפארשטענדליך און אלס אמת. מען לערנט זיך צו זיין אביסל סקעפטיש, און דאס איז דער אנהויב פון אויסטרעטן אן אייגענעם און זעלבסשטענדיגן וועג. מען זוכט דעם אמת און מען לערנט זיך אס אז נישט אלעמאל זענען גוטע כוונות א פארזיכערונג אז די תוצאות זענען די בעסטע. אבער איך קוק אייביג צוריק מיט געגועים צו מיינע קינדער-יארן און מאך זיכער אז איך פארגעס נישט 'מאין באתי ולאן אני הולך'.

רוט ברוגעצ' מו'ן סוט העסינופ סטוג מרויס מץ פואטן סט מו 3ו פיישיטר מפאפצראפשליכטייטן מוץ פּמסטעבעוג"

דער מאנאלאג פון רבי מנחם איבער זיינע קינדער יארן איז גאר רירנד, ער שוינט נישט קיין לויב-ווערטער און זיינע אויגן גלאנצן מיט נאסטאלגיע, אבער די 'מדת האמת' פון רבי מנחם צייגט זיך װידער ארויס ווען דער ענטפער נעמט א שטיקל אומוועג' און ער טיילט מיט אויך די נישט-אזוי-גלאנציגע חלקים פון זיינע קינדער יארן װען מיר שטעלן אים די פראגע: פון וואנעט קומט אייער ברען צו חינוך?

איך מיין אז מיינע קינדער-יארן אין מאה שערים האבן מיר אויך געגעבן א גוטע לעקציע וויאזוי "נישט" זיך אומצוגיין מיט חינוך. מיר זענען ערצויגן געווארן דורך מלחמה געליטענע וועלכע האבן ליידער זיך באנומען מיט קינדער מיט כעס און קפדנות, און איך האב שין אלס ינגער בחור פארשטאנען אז 'לא זו הדרך ולא זו העיר,, און איך האב אינסטינקטיוו פארשטאנען אז דאס לאזט איבער וואונדן אויף דער נשמה וועלכע באגלייטן דעם מענטש א גאנץ לעבן. איך מיין אז איך האב שױן דעמאלט

פארשטאנען מיט מיין יונגן מח אז איך קען נישט אננעמען דעם אונטערשייד פון א 'געזונטער מענטש' און א גוטער איד'. איך גלייב אז 'היינו הך' - אויב ווילן מיר גוטע און ערליכע אידן דארפן מיר זיכער מאכן אז אונזערע קינדער זענען געזונט און זעלבסט-זיכער. דאס גייט נישט מיטן כח הזרוע; מיט געוואלד קומט מען נישט אן.

לגבי דער שאלה איבער מיין געפיל צו חינוך, איז דער אמת אז עס איז מיר אייביג געלעגן אין די ביינער. ווען איך בין געווען צוועלף יאר אלט האב איך אנגעהויבן מיין ערשטע חינוך אונטערנעמונג, ווען איך האב געגרינדעט א 'חברת תהלים' שבת נאכמיטאג וואס איז געווען זייער פאפולער אין דער גאנצער אומגעגנט. איך האב מיך דעמאלט שוין אפילו אויסגעלערנט פאָנדרעיזינג, וואו איך האב פארשאפט א פילאנטראפ וואס האט מנדב געװען די 'קרעמבא' ואס מען האט פארטיילט יעדן שבת נאכמיטאג. איך האב שוין דעמאלט אנגעהויבן אנטוויקלען א ליבשאפט צו זיין אן עוסק בצרכי ציבור און ספעציעל ווען עס קומט צו חינוך.

אבער איך מיין אז אין ישיבה האט זיך אין מיר ריכטיג אנגעהויבן שפראצן די קערנדלעך פאר מיינע היינטיגע שיטות אין חינוך. נאכ'ן לערנען דורכאויס מיינע קינדער יארן אין דושינסקיא חדר, בין איך נאכץ בר מצווה געפארן לערנען אין וויזשניצער ישיבה אין בני ברק. דאס איז געווען מיין ערשטע באגעגעניש מיט דער "גריסער ועלט" אינדרויסן פון מאה שערים. איך האב מיך ממש פארליבט אינעם הייליגן רבי'ן, דער ישועות משה זצ"ל - זיין חסידישער ברען, זיין ליבשאפט צו די בחורים, דאס קאכן אין א שבת, דאס אלעס ליגט מיר נאך אין די ביינער. דאס האט אין מיר אריינגעלייגט א שטארקע ליבשאפט +צו הסידישער ווארעמקייט. איך האב מיך געדרייט ביי אים

זייט 6

זייט 6
טעקסט (OCR)

אין שטוב און נאך ביז היינט בין איך מקושר צו זיין דמות בלב ובנפש - דאס איינציגע בילד וואס הענגט ביי מיר אין שטוב פון א גדול בישראל איז פונעם הייליגן ישועת משה.

האדמו"ר בעל ישועת משה מ'וויזשניץ

אבער אין דער זעלבער צייט האבן איך אנגעהויבן זיך ארומקוקן ארום און ארום און אנגעהויבן פרעגן שאלות...

איך האב אנגעהויבן באטראכטן דאס מציאות אין ישיבה און עס האט מיר נישט געקלאפט. איך האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס מען קען נישט בעסער מאכן דעם סיסטעם און דאס האט מיך ממש געעגבערט ביז די טיפענישן פון דער נשמה. איך האב אנגעהויבן זען בחורים בעלי כשרונות אין אנדערע הינזיכטן אבער זיי זענען נישט געמאכט צו זיצן ביי א גמרא, וואו זיי בטל'ען די צייט און זייערע כשרונות גייען ממש לאיבוד. עס האט מיך גאר שטארק געשטערט, ביז איך האב מיך איינמאל אנגעגארטעלט מיט קוראזש און איך בין צוגעגאנגען צום משגיח פון ישיבה, א טייערער איד וועלכער האט געהייסן הרב זאמער ז"ל, און איך האב אים געפרעגט אפן:;

"זאג מיר, צװישן די פיר הונדערט בחורים וואס זיצן יעצט אין בית המדרש, וויפיל פון זיי האלט איר זיצן און לערנען?" איך האב געזען וי ער ווערט פארלוירן. איך האב נישט באקומען קיין ענטפער, אבער מיר האבן ביידע גוט פארשטאנען.

האבנדיג געהאט שטארק חשק צו זיין פון די בעסטע בחורים האב איך געלערנט פלייסיג. איך פלעג אויפשטיין פרי און געהאט א חברותא. איך האב באמת פרובירט, אבער זיצן א גאנצן טאג און לערנען גמרא איז נישט געווען עפעס וואס איך האב געקענט. איך האב שוין דעמאלט איינגעזען אז דאס מציאות איז אז דער עולם הישיבות אין איר יעצטיגן פארעם איז עפעס וואס איז מעודד בטלה וואס ברענגט +צו שעמום ולאנגווייליגקייט ברענגט צו פוסטקייט - משנה, כתובות ה, הן. דער 'קאנטראקט' צווישן דער הנהלת הישיבה און די בחורים האט מיר אויסגעזען װוי א 'שמור לי ואשמור לך' - מיר װועלן זיך נישט וויסנדיג מאכן פון דעם וואס דו פארברענגסט דיינע בעסטע יארן מיט פוסטקייט, כל זמן וואס דו ביסט שטיל און פאלגזאם.

רבי מנחם נעמט א מינוט, איך זע אז ער קווענקלט זיך אויב ער זאל זאגן, אבער דאן פארציילט ער:

איך האב עס קינמאל פריער נישט פארציילט, און איך װעל דיר זאגן דאס ערשטע מאל עפעס וואס איך האב ביז יעצט נישט גערעדט דערפון עפנטליך: מען האט מיך ארויסגעווארפן פון ישיבה. מען האט מיך "געכאפט" אז איך בין געפארן צו מקומות הקדושים אָן רשות און מען האט מיך געווארפן פון ישיבה. איך קען היינט זאגן אפן אז איך בין נישט געווען געבויט צו זיצן און לערנען א גאנצן טאג. איך האב שוין דעמאלט פארשטאנען אז דער סיסטעם פונעם עולם

זייט 7

זייט 7
טעקסט (OCR)

הישיבות וואו יעדער איינער דארף זיצן און לערנען די זעלבע לימודים א גאנצן טאג איז פשוט נישט רעאליסטיש. נישט נאר א מיעוט פאלן ארויס, נאר לדעתי פאלן רובא דרובא ארויס און קומען נישט אָן צו זייערע אמת'ע מעגליכקייטן און פאטענציאל.

נאכץ "ארויסגיין" פון ויזשניץ בין איך געגאנגען לערנען אין מירער ישיבה אין ירושלים. איך קען זאגן אז דאס איז געווען מיין בעסט יאר אין מיין לעבן. איך בין דארט געזעסן און געהארעװעט. טאקע דער סיסטעם אין ישיבת מיר, וואו יעדער קען לערנען "במקום שלבו חפץ" אױף זין שטייגער און טעמפא, האט מיך געמאכט פארשטיין צוויי זאכן: קודם כל די זיסקייט פון תורה - נאר דעמאלט האב איך פארשטאנען פארוואס מענטשן זענען גרייט אוועקצוגעבן זייער לעבן צו זיצן און לערנען. אבער אויך האב איך אנערקענט אז דאס איז נישט עפעס וואס מען קען פארלאנגען פון יעדן איינעם; מען קען נישט אריינשטעלן יעדן אין איין פארעם. עס פעלט זיך אויס עפעס א ננייער מהלך. די ווערטער "ישיבה תיכונית חסידית' האבן מיר שוין דעמאלט אנגעהויבן ווירבלען אין קאפ.

איינער פון די בנייני ישיבת מיר אין ירושלים.

"עקצבטאיצר המש אי 6סטפעט בי מושץ מץ חינוך"

רבי מנחם פארציילט איבער זיין וועג צו אקאדעמיע:

איך האב זוכה געווען צו אן אמת'ער עזר כנגדו, מיין ווייב איז אייביג געװען מין שותפ'טע אין יעדער זאך. איך האב באלד נאך דער חתונה פארשטאנען אז איך וויל קיינמאל נישט זיין קיין 'מצטרך אל הבריות'. נאך דער חתונה האב איך אנגעהויבן לערנען אביסל פראגראמינג און איך האב באקומען א גאר גוטע פאזיציע אין א 'היי-טעק' פירמע. איך האב גאר שיין פארדינט און איך בין געווען צופרידן אין מיין פאזיציע, אבער נאך אפאר חדשים פון הצלחה האט זיך מיר אנגעהויבן עגבערן אין הארץ "וואס טו איך דא?" איך האב געשפירט אז איך האב שטערקערע יכולות, און איך האב איך פארשטאנען אז איך קען נישט אוועקגעבן מיין לעבן נאך אויף צו פארדינען געלט און אז איך וויל עפעס מער.

איך בין א שטארקער מאמין, און איך גלייב באמונה שלמה אז יעדער טריט און שריט, יעדע מחשבה ומעשה פון א מענטש, איז מן השמים, און איך זע דאס כסדר אין מיין אייגן לעבן. װי נאר איך האב באקומען דעם חשק זיך צו אריינלייגן מער בצרכי ציבור איז עמיצער געקומען צו מיר און געזאגט אז הגאון הצדיק רבי יצחק דוד גראסמאן שליט"א, דער רב פון מגדל העמק, זוכט א מדריך פאר מזרח אייראפעאישע יוגנטליכע וועלכע זענען נארוואס ארויפגעקומען פונעם געוועזענעם סאוויעטן פארבאנד. איך האב געזען דערין א שטארקע סייעתא דשמיא און איך האב זיך באלד געוואנדן צו ר' יצחק דוד און זיך אנגעטראגן אלס קאנדידאט פאר דער שטעלע. ער האט מיך טאקע אויפגענומען און איך האב דארט געארבעט פאר פיר יאר. איך האב דארט געלערנט א געוואלד איבער חינוך און וי אזוי צו פירן א ישיבה - וואס איך

זייט 8

זייט 8
טעקסט (OCR)

האב דארט געלערנט קומט מיר נאך אלץ צוניץ עד היום הזה.

הרב יצחק דוד גראסמאן

דארט האט פאסירט אן אינצידענט וועלכער האט מיך שטארק אויפגעשאקלט. עס איז געװען דארט א בחור - א פינער רוסיש-רעדנדער בחור - ועלכער איז צוגעקומען צו מיר מיט אן איידלקייט און געפרעגט אויב איך קען אים העלפן מיט זיין היים-ארבעט אין מאטעמאטיק. וען איך האב אים געזאגט אז ניין, האט ער געזאגט מיט אן איידלקייט: "יא, איך פארשטי, מאטעמאטיק איז שװער, אבער אפשר קענסטו מיר העלפן מיט ענגליש?" וידער האב איך אים געדארפט אפזאגן, ווייל איך האב קוים געקענט עברית, װער רעדט נאך פון ענגליש. דער אינצידענט האט מיך אביסל אויפגעשאקלט און שטארק-מעגליך געהאט אן איינפלוס אויף מיינע שפעטערע באשלוסן אין לעבן.

נאך פיר יאר אין מגדל העמק האב איך באשלאסן זיך צו משלים זיין אין סעקולארע לימודים. איך האב דאן אנגעהויבן מיין 'תואר ראשון' (בעטשאלערס) אין חינוך אינעם 'מורשת יעקב' קאלעדזש (שפעטער האב איך

גענומען א תואר שני (מעסטערס) אין 'אוניברסיטה העברית' אין די פעלד פון 'פּאָבּליק פאליסי'). ביים לערנען דעם דעגרי אין חינווך האט זיך פאר מיר געעפנט א נייע וועלט: איך האב צוערשט פארשטאנען אז אלעס ואס איך האב געמײנט אז איך פארשטיי אין חינוך איז גארנישט' און איך האב געלעבט למעשה אין א פאנטאזיע אז איך פארשטיי צו חינוך. עס האט זיך געעפנט פאר מיר א ברייטע און טיפע װעלט פון חינוך.

דורכאויס מיינע לימודים האב איך געשלונגען ביכער און פארש-ארבעט צו באמת פארשטיין די טיפקייט פון חינוך. איך האב געלערנט און געלערנט אָן אויפהער. מיין נייגער און דארשט האט מיר געטריבן צו נעמען זײיטיגע קורסעס אױך אין פסיכאלאגיע - צו משלים זיין וואס איך האב געלערנט איבער חינוך - און איך האב אויך געליינט אָן א שיעור איבער פסיכאלאגיע און תורת הנפש. עס האט זיך מיט געעפנט א נייע וועלט! אבער אין די זעלבע צייט האב איך אויך אנערקענט װי שווער עס איז פאר מיר צו לערנען אסאך פון די פונדעמאנטאלע לימודים, צוליב דעם וואס איך האב נישט באקומען קיין שום פארמאלע בילדונג אין מיינע יונגע יארן. איך האב דעמאלטס פארשטאנען אז אויב וילן מיר העלפן אונזערע יוגענטלייט צו לערנען פראפעסיאנאלע לימודים דארף דאס קומען מיט ספעציעלע הילף (ר' מנחם האט שפעטער אוועקגעשטעלט דעם מכינה החרדית אינעם אוניברסיטה העברית). די צוגאנג אז "מען לערנט זיך אביסל צו אויף דער עלטער" איז אפגעפרעגט מן היסוד - מען קען נישט אזוי לייכט זיך לערנען מיט אן ערנסקייט אויב מען האט נישט די יסודות פון פריער.

זייט 9

זייט 9
טעקסט (OCR)

די עיקר וואס איך האב געלערנט אין די יארן איז איבער די וויכטיגקייט פון חינוך פאר גאר יונגע קינדער. ביי אונז לייגט מען די עיקר דגוש אין חינוך אין די שפעטערע יארן, אבער דאס לערנען האט מיר געעפנט די אויגן אז די יארן ואס האט די גרעסטע השפעה איז אייגענטליך ביז צו די פינף יאר - עס זענען דא שטודיעס אז די עיקר לעבן פונעם מענטשן װוערט דעטערמינירט ביז פינף יאר אלט. זייער אסאך מאל ווען מיר רעדן פון חינוך מיינען מיר אז דער עיקר פלאץ וואו מען דארף אינוועסטירן איז אין ישיבות אדער אין חדר ביי די עלטערע כיתות. אבער דער אמת איז אז דער גרעסטער תיקון אין אונזער חינוך סיסטעם פאדערט זיך שין אין קינדערגארטן. אין די אלגעמיינע װעלט פארשטייט מען דאס היינט און מען לייגט אריין גאר אסאך אין די גאר ערשטע יארן, אבער ביי אונז איז מען נאך ליידער זייער צוריקגעבליבן מיט דעם און מען באטראכט די קינדערגארטן יארן אלס אזא סארט 'בעיביסיטינג לעזונג'; מען פארשטייט נישט אז דאס איז א קריטישע יארגאנג.

איינס פון די בניני האוניברסיטה העברית

הפי אעסס'ס פּטרטשאליכטר אי מו חרבי סבר 60גס וונס 48ס פרוסעיט אלסאי א

איך האב מיט די יארן אנגעהויבן טוהן אסאך אין חינוך, סיי אין ארץ ישראל און סיי אין מזרח אייראפע בשליחותו פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א. אבער מיין חלום איז אייביג געווען "צוריקצוקומען אהיים" צו ברענגן א מאדעל פון חינוך פארן היינטיגן דור - א ישיבה פון 'תורה עם דרך ארץ' וואס זאל דינען אלס ביישפיל און זאל באמת זיין א קידוש השם. איך האב שין אין מיינע בחור'ישע יארן איינגעזעהן אז די גדולי ישראל וועלכע האבן אוועקגעשטעלט די היינטיגע עולם התורה, אויף וועלכע עס איז געבויט דער עולם הישיבות, האבן געזוכט צוריקצובויען אן עולם התורה וועלכער איז חרוב געווארן ביים קריג.

האדמו"ר מקארלין סטאלין

אבער דער מציאות איז אז דער ציבור איז זיך צואוואקסן מער װי מען האט זיך געקענט פארשטעלן, און דער סדר הישיבות וועלכע זענען געווען אוועקגעשטעלט לכתחלה פאר א 'שבט הלוי' - אזעלכע וועלכע זענען געווען גרייט זיך אינגאנצן אריינצואווארפן אין עמל התורה און זיך דערווייטערן פון הבלי עולם הזה - איז היינט געווארן א חיוב פאר יעדן איינעם. אבער מען קען נישט אריינלייגן יעדן איינעם אינעם זעלבן שטאפל - יעדער מענטש האט אנדערע תכונות הנפש און שטארקייטן - מען דארף היינט טרעפן א וועג אוועקצושטעלן אן אויסוואל פון ישיבות וואס

זייט 10

זייט 10
טעקסט (OCR)

יעדער איינער זאל קענען באמת טרעפן דעם "מקום שלבו חפץ" און קענען לערנען און שטייגן לויט זיינע נטיות הלב און כשרונות.

איך האב פאר יארן אנגעפירט א מוסד פאר קינדער פון רוסישן אפשטאם. מיט די יארן איז דאס פלאץ צוביסלעך אונטערגעגאנגען, וויבאלד. עס איז שוין מער נישט געווען אזא געברויך פאר'ן מוסד און די צאל תלמידים זענען געפאלן, און װי אויך האט דער בניין האט אויך אנגעהויבן פארעלטערט צו ווערן. איך האב דעמאלטס באשלאסן צו ברענגן מיינע פלענער מכח אל הפועל. איך האב אנגעהויבן ארבעטן אױף א פלאן פון אוועקשטעלן א "שיבה תיכונית חסידית' - דאס הייסט א ישיבה וואס איז משלב לימודי קודש און חסידות מיט אביסל ענגליש, מאטעמאטיק, און וויסנשאפט. איך האב געארבעט דריי חדשים אויף א דעטאלירטע פלאן און מפרסם געווען מודעות איבער אן אווענט פאר עלטערן צו פארשטעלן מיינע פלענער. ווען איך קוק צוריק דערויף זעה איך אז איך בין געווען אביסל תמימות'דיג...

פארשטייט זיך אז עס האט זיך אנגעהויבן קאכן - רבנים אין ביתר האט מיך אריבערגערופן און מיך געהייסן פארלאזן דעם שטאט. מיינע גוטע חברים זענען געווען איבערצייגט אז איך בין נישט אין ארדענונג, אזש זיי האבן אפילו אנגעטראגן מיך צו העלפן טרעפן א ספעציאליסט וואס זאל מיך באהאנדלן! אבער איך בין געווען אנטשלאסן. איך האב געהאט א ברען און אן אינערליכע שטארקייט אז איך טוה די ריכטיגע זאך און איך האב געוואוסט אז איך מוז מצליח זיין. און דאן איז געקומען דער גרויסארטיגער נאכט - דער אווענט ווען איך האב געזאלט פארשטעלן מיינע גרויסארטיגע פלענער. איך האב אנגעגרייט א זאל מיט 150 זיצפלעצער אבער למעשה זענען נאר אנגעקומען פינף פארפעלקער. איינער פון זי האט מיר

שפעטער געזאגט אז זיי האבן נישט קיין קינדער אבער זיי האבן געקלערט אז עס װעט זיין גוטע עסן...

למעשה האט מען געעפנט דעם קומענדיגן זמן מיט 14 בחורים. טאקע ווייניגער וי איך האב געוואלט אבער איך האב געוואוסט אז מיר הייבן דא אָן א מהפכה. איך האב געוואוסט אז ווען איך טראג אָן א פראדוקט וועלכע געפינט זיך נאכנישט אױף די מארקעט איז דאס נישט קיין געווענליכע "סופליי ענד דימענד" - מיר שטעלן דא אוועק א נייע מציאות, און צום סוף וועלן מיר אי"ה מצליח זיין.

אוב דו וואלסט מיר געטראפן מיט 8 יאר צוריק וואלסטו שטארק רחמנות געהאט אויף מיר, אבער ב"ה - פירט ר' מנהם אויס מיט קענטליכע שטאלץ - מיר האבן היינט א נעץ פון 16 מוסדות, מיט איבער 1500 בחורים און קינדער אין ירושלים, בני ברק, ביתר און מיר וואקסן מיט א שנעלקײט. מיר האבן א חסידישע חדר, און אזוי אויך א 'ווירטואלע ישיבה תיכונית' וואס הייסט אשכולות וואו עס לערנען דארט איבער 35,000 (פינף און דרייסיג טויזנט) תלמידים. און דאס איז נאר די התחלה.

דאס עפענען די ישיבה איז געקומען מיט געוואלדיגע שוועריגקייטן און איר זענט אויסגעשטאנען נישט פשוטע רדיפות, וואס האט אייך געטריבן צו גיין ווייטער?

"אפאר זאכן. קודם כל א שיפע איבערצייגעניש אז איך טוה די ריכטיגע זאך. אבער נאך וויכטיגער װוי דעם איז אז איך בין געטריבן פון ליבשאפט: ליבשאפט צום באשעפער, צו די תורה און צו כלל ישראל. איך האב אלעמאל געטוהן מתוך אהבה, אפילו צומאל איז עס טאקע געקומען מיט פארביטערטקייט אויפ'ן מצב, איז אבער דער

זייט 11

זייט 11
טעקסט (OCR)

פארביטערטקייט אויך ליבשאפט - איך בין קיינמאל נישט פארביטערט אױף די איטאליענער, יאפאנאזער אדער כינעזער. ווען איך האב טענות אדער ביטערקייט אויף אונזער ציבור קומט דאס פון ליבשאפט און ווייל איך גלייב אז אונזער ציבור דארף האבן אן המשכה - איך גלייב אז אונז דארפן זיין א שטארקע און פעסטע ציבור.

איך גלייב באמת אז איך העלף אונזער ציבור ממשיך זיין. קוק זיך אום אויפ'ן מצב: מען לעבט אין א ביטערע עניות, א דחקות וואס ברענגט מיט זיך שװוערע קאנסעקװענצן בגשמיות וברוחניות. עלטערן ראנגלן זיך חתונה צו מאכן קינדער, מען דארף אויסהאלטן יונגעלייט נאך די חתונה, און די יונגעלייט פארברענגט די בעסטע יארן מיט'ן איינרעדן די בני בית און משפחה אז מען הארעוועט אין לערנען, ווען אין מציאות לערנען אסאך כולל יונגעלייט ווייניגער װי א בעל הבית וואס איז קובע עתים לתורה.

אונזער ציבור קען נישט אזוי אנגייף די מציאות איז אז א ציבור וואס קען זיך נישט טוישן לויט די אומשטענדן ברעכט אונטער. עס איז א פאנטאזיע אז אונזער מסורה האט זיך קיינמאל נישט געטוישן. די גאנצע חדש אסור מן התורה איז א נייע זאך און מנהיגים בכל דור ודור האבן אייביג אונטערגענומען שטארקע טוישן צו פארזיכערן אונזער עתיד. אונזער גאנצע מהלך החיים היינט איז א תוצאה פון שינויים וואס גדולי ישראל האב געמאכט קעגן השכלה און אין יעדע פלאץ האבן מנהיגים גענומען די שריט וואס עס האט זיך אויסגעפעלט לוט די געברויכן פון דעם פלאץ און דעם תקופה.

אבער איך וויל צולייגן אז מען קען טאקע אנהייבן א פראיעקט מיט וייטאג און ביטערקייט - צומאל איז ביטערקייט א שטארקע טרײיב-קראפט - אבער צו

אנהאלטן עפעס פאר א לאנגע צייט קען מען נאר אויב מען האט הנאה און סיפוק. און איך האב נישט קיין גרעסערע עולם הזה'דיגער הנאה און סיפוק וי אין חינוך, און דאס געבט מיר כח יעדן טעג צו אנגיין מיט די ארבעט, אפגעזען פון די שוועריגקייטן. מען קען אנהויבן א פראיעקט מיט ג!פקץ אבער אויף דאס צו אנהאלטן דארף דאס קומען מיט 216456, און איך האב ב"ה הנאה און פארגעניגן יעדן טאג וװען איך זעה וו תלמידים זענען מצליח.

איך פארשטיי ואס איר זאגט, אבער פארוואס זענט איר פארזיכערט אז דער אמת ליגט ביי אייך? עס זענען דאך דא צענדליגע גדולי ישראל שליט"א ועלכע זענען ארויסגעקומען קעגן אייך?

קודם כל האב איך מיר אויך דורכגערעדט מיט אסאך גדולי ישראל וועלכע איך קוק גאר שטארק ארויף. א שטייגער וי דער גאון אדיר וצדיק נשגב רבי אהרן ליכטענשטיין ז"ל (איידעם פון רבי יאשע בער סאלאווייטשיק פון באסטאן, לאנג-יעריגער ראש ישי פון ישיבה יוניווערסיטי) וועלכער האט שטארק אויפגעלאכטן מיינע אויגן. און אויך איך האב איך אויך אנגעקניפט א שטארקע שייכות מיט הגאון הרב זאקס ז"ל פון לאנדאן וואס איך באטראכט זיך אלס זיינס א תלמיד מובהק. (ר' מנחם אנטפלעקט אונז אז ער וויל שטארק איבערארבעטן זיינע מאמרים אזוי אז זיי זאלן זיין מער צוגעפאסט צום שפראך פונעם היימישן ציבור.)

זייט 12

זייט 12
טעקסט (OCR)

רבי אהרן ליכטענשטיין

לא אלמן ישראל, מיר האבן גוטע אידן, אבער זייער ווייניג מנהיגים. עס זענען דא חשובע רבנים וועלכע האבן אן אחריות פאר זייער קהלה, אבער עס זענען דא זייער ווייניג 'כלל ישראל' מנהיגים. אין ארץ ישראל וװערט היינט דער חרדי'שער ציבור געפירט דורך פאליטיקאנטן. איך בין געזעצן מיט פארשידענע גדולי האדמורי"ם שליט"א וועלכע האבן מיר שטארק מחזק געװען בהדרי חדרים אבער האבן מירך נישט געקענט שטיצן אין די עפנטליכקייט. איך קען זי נישט דן זיין, יעדער איינער האט זיך זיין דרך אין עבודת השם, אבער נאכדעם וואס איך בין געזעצן מיט גאר אסאך פון די גדולי האדמורי"ם שליט"א זעה איך דעם בילד אביסל אנדערש. זייער אסאך פון זי זאגן מיר "איך בין מסכים מיט אייך, אבער מען דארף גיין צוביסלעך". למעשה שיקן אסאך רב'ס און ראשי ישיבות צו מיר תלמידים שטילערהייט.

איך בין א פשוטער מענטש און איך האב מיך ארומגעקוקט און געזאגט "אם אין אני לי מי לי". איך גלייב אז יעדער איד האט די חיוב צו דינען דעם רבוש"ע מיט זיין אמת און מיט זיין נטיית הלב. דער רצון השם איז אמת, און דער פשוטער אמת איז אז מיר קענען זיך מער נישט ערלויבן דעם 'שב ואל תעשה' - וען איבער צוואנציג טויזנט חרדישע יונגעלייט האבן חתונה יעדעס יאר און האבן נישט דאס מינדעסטע יכולות זיך צו מתפרנס זיין, איז דאס אן עקירת התורה; עס איז אנטי-אידישקייט און אנטי-מענטשליכקייט. אין דעם שטאט ביתר וואו איך וואוין ווערט געשאצט אז ארום זעכציג פראצענט קענען נישט ברענגן קיין ברויט אריין אין שטוב - דאס איז אן עניות וואס מען האט גוזר געווען אויף זיך אליין, אן עניות וואס דערביטערט מענטשן און דערנידערט זיי צום דיוטא התחתונה. מען מעקט דורך דעם אויס פון מענטשן זייער צלם אלוקים.

אסאך פון די התנגדות קומט פשוט פון פחד. עס איז נארמאל אז מענטשן האבן מורא פון טויש, עס איז א גלאבאלע מענטשליכע ערשיינונג, אבער איך זעה דער חילוק פון ווען איך האב אנגעהויבן ביז היינט. מען קומט היינט צו אונז פון די בעסטע שטובער. מיר האבן מוסדות איבער גאנץ ארץ ישראל און דער נאכפראגע שטייגט פון יאר צו יאר. אויך זעהט מען א חילוק אפילו ביי די רבי'ס וועלכע זענען ארויס קעגן אונז און יעצט זעען זיי אונזערע תלמידים. למשל, אין צאנז איז געוװוען א בחור וואס האט זיך נישט אריינגעפאסט אין קיין שום מסגרת און ער האט זיך ארומגעוואלגערט ביז ער איז אנגעקומען צו אונז. ער האט זיך אנטוויקלט זײינע כשרונות און ער איז היינט א געלונגענער חסידישער אינגערמאן און א בעל פרנסה, און דער צאנזער רבי שליט"א האט גאר שטארקע התפעלות פון אים. און אזוי זענען פארהאן נאך צענדליגע מעשיות,

זייט 13

זייט 13
טעקסט (OCR)

אױיך פון אזעלכע ארויסגעקומען קעגן אונז.

וועלכע זענען

איר זאגט אז אונזער ציבור קען נישט אזוי אנהאלטן. וועלן אייך אנדערע זאגן "בהדי כבשי דרחמנה למה לך" - אונז האבן געלעבט אזוי ביז היינט, דער אייבערשטער פירט די וועלט?

קודם כל, א מענטש קען זיך נישט אראפלייגן אויף א פארנומענעם שאסיי און זאגן "איך פארלאז מיך אויפ'ן רבוש"ע". דער רבוש"ע האט אוועקגעשטעלט א וועלט 'לשבת יצרה' און מיר דארפן טון פאר'ן קיום העולם. און נאך מער פון דעם: דאס אנהאלטן דעם מציאות איז דאך נישט קיין 'שב ואל תעשה' - עס איז א באשלוס און א "קום ועשה" וואס קומט מיט מיט א גאר הויכע פרייז. דער ריכטיגע פראגע באדארף נישט צו זין געוואנדן צו מיר נאר צו זיי - דאס געשטעל פון א תלמיד וואס קומט ארויס פון מין ישיבה איז אייגענטליך אסאך מער ענדליך צו די מסורה פון כלל ישראל מאז ומעולם. איך קען זיך פארלאזן אויף חז"ל, אויפ'ן רמב"ם, און אויף הונדערטער גדולי ישראל לאורך הדורות. אבער אויף וואס פארלאזן זיך זי - די וועלכע נעמען אן אחריות אױף די מיליאנען שעות בטלה המביא לידי שיעומום' אין רוב ישיבות איבער די וועלט?

די גאנצע הנחה אז דער היינטיגער שטייגער פון די חרד'ישע װעלט איז א דירעקטע מסורה פון סיני איז דאך אן איינרעדעניש. מיט דרייסיג פערציג יאר צוריק איז דער חרדי'שער וועלט געווען גאנץ אנדערש. דאס אז צייטן טוישן זיך איז א מציאות וואס איז נישט אין אונזערע הענט. אבער אויב נעמט מען נישט קיין שריט און מען האט נישט קיין הנהגה קען דער טויש גיין אויך אינעם נישט ריכטיגן וועג. מיר גייען אויף א ועג וואס האט נישט קיין קיין עתיד און מיר קענען

נישט לעבן אזוי. נישט נאר איז עס נישט די דרך התורה, נאר עס איז א סאציאלאגישע קאטאסטראפע. עס קומט פון א פחד פון טויש און טראומע, און נישט פון א טיפע השקפה אדער מסורה.

מיר קענען נישט לעבן אין א פאנטאזיע אז אין די צייט וואס די וועלט אנטוויקלט זיך מיט אזא שנעלקייט װועלן אונזערע בחורים און יונגעלייט קענען מצליח זיין מיט אביסל 'נאכט שיעורים' נאך די חתונה; עס איז אן איינרעדעניש. אוב ווילן מיר נישט זיין אן ארימע און צוריקגעשטאנענע ציבור דארפן מיר זיך נעמען אין די הענט אריין און אוועקשטעלן ערליכע און געזונטע מסגרת'ן וואו עס זאלן אויסוואקסן מענטשן וואס קענען מצליח זיין אין די ברייטע וועלט.

לאמיר צוריקגיין צום ישיבה, וואס איז אייער ישיבה און מיט וואס איז זי אנדערש פון אנדערע ישיבות?

מיין צוגאנג צו א ישיבה קומט אז מיר דארפן אוועקשטעלט א ישיבה קודם כל מיטן פרעגן: וואס פאדערט זיך פאר א בחור אין די צענערליגער יארן כדי צו זיין א געזונטער, זעלבסט-זיכערער, באלאנסירטער מענטש, א גוטע מאן און א גוטע טאטע און א הילפבארער מיטגליד אין געזעלשאפט? דעריבער איז ביי מיר דאס ויכטיגסטע 'כישורי חיים' - לייף סקילס. דאס לערנען אויף דעם וועג נעמט אריין דריי שטאפלן: ערשטנס, מאראלן-פרינציפן ('ערכים' רופט זיי רבי מנחם), דאן קומט וויסנשאפט, און דאן פראקטיק. דאס באדייט אז תלמידים זאלן באמת פארשטיין װוער זיי זענען, וואס זענען די יסודות'דיגע פרינציפן וואס פירן זי אין לעבן, האבן די ידיעות אויף צו פארשטיין די פרינציפן, און דאן וויאזוי קומען זייערע מאראלן און פרינציפן לידי מעשה. למשל, מיר האבן א פראגראם ארום 'הקשבה' - וואס

זייט 14

זייט 14
טעקסט (OCR)

מיינט אויסהערן, וואס זענען גוטע מהלכים צו זיין א בעסערער אויסהערער וכדו'. װי אויך האבן מיר פראגראמען אויף אמפאטיע, קאמיוניקציע, פערזענליכע אחריות און אזוי ווייטער. מיר לערנען אויך אזעלכע זאכן װי רעטאריק און רעדן פאר א ציבור און אזוי װײיטער. די מטרה איז אז זײ זאלן ארויסקומען װי א גאנצער מענטש מיט אן אנטוויקלטע פאטאנציאל.

דאן איז דא דער אידישקייט חלק - איך וויל זעהן געזונטע היימישע אידן וואס זענען שטאלץ מיט זייער אידישקייט און ווארעם מיט זייער חסידישקייט. איך גלייב אז מען קען זיין אינגאנצן א חרדיש'ער איד, א ירא ושלם און אין די זעלבע ציט זײן א וויסנשאפטלער, א דאקטאר, אן אדוואקאט אדער סיי וועלכע זאך עס איז 'לבו חפץ. טראכט פון א װעלט פון חסידישע דאקטוירים, היימישע אסטראנאמער. מיר דארפן מער פון די סארט; משולחים האבן מיר ליידער גענוג... לדוגמא, איך האב א תלמיד וואס איז א ווארימער חסידישער בחור, און ער איז אויך אן אויפגייענדער שטערן אין די וועלט פון אקאלאגיע און ער קלערט יעצט פון ווערן א דאקטאר פאר אקאלאגיע. אבער אין די זעלבע צייט װעט ער נישט פארפאסן א טאג פון דאווענען מיט מנין. אזא איינער איז שטארק ביי זיך מיט זיין אידישקייט און ער ווערט נישט פארלוירן ווען ער שטייט קעגן פרייע אדער אומגלויביגע. זיין אמונה איז פעסט און זיין כאראקטער איז אויפגעבויט. (הערת הכותב: איך קען דעם בחור און זיין משפחה און פאר'ן גיין צו רבי מנחם איז ער געווען א "פראבלעמאטישער" בחור אין א חסידישע ישיבה.)

איער אפגסביס איעטן 6ס מאת +ע"

די רדיפות לאזן נישט נאך און האלטן אן, נישט נאר פאשקעווילן נאר אויך אלימות. נישט איינמאל האט מען איך פיזיש אנגעגריפן, אזש מען האט אפילו פרובירט צו פארברענען אייער הויז. וויאזוי באנעמט איר זיך מיט די שארפע קריטיק אין אייער ריכטונג?

איך האלט אז די כוונות און תמימות פון מענטשן איז עפעס וואס מיר מוזן מכבד זיין און גלייבן. אפילו די וועלכע קריגן זיך אויף מיר און אטאקירן מיר מיט גאר שארפע מיטלן, גלייב איך אבער אז זייערע מטרות זענען - לכל הפחות אין זייערע אויגן - הייליג און ערליך און אז זיי מיינען אמת'דיג. דאס איז מיר מחייב אויך צו זיין אויפריכטיג מיט זיך אליין צו װיסן אז וואס איך טוה איז באמת ווייל איך גלייב אז דאס איז ריכטיג און איז דער רצון השם.

איך בין בטבע א מענטש וואס דערשרעקט זיך נישט. איך בין נישט קיין 'להכעיס'ניק' און איך זוך נישט קיין פראוואקאציעס, אבער עס שטערט מיר בכלל נישט אז מענטשן האלטן אנדערש וי מיר. איך ווייס אויך אז דאס קומט פון א פחד וואס איז בארעכטיגט: יעדער איינער האט מורא פון טויש; טויש איז שרעקעדיג. דאס איז נישט קיין זאך וואס איז ספעציעל ביי אונזער ציבור, נאר איז א גלאבאלע ערשיינונג. אבער איך ווייס אז "בתוך עמי אנוכי יושב" און אלעס וואס איך טוה איז מיט א כוונה פון אויפטון און אז אונזער ציבור זאל קענען האבן א קיום.

בר פיתמאיב פיי אמסצווי

צו איז דער זעלבער מצב אויך אין אמעריקע?

זאג דו מיר? צו האט א בחור אין ישיבה אין אמעריקע אלע זיינע באדערפענישן? אין פסיכאלאגיע װויסן מיר איבער דעם

זייט 15

זייט 15
טעקסט (OCR)

'פיראמיד' פון באדערפענישן פון מאסלאו. עס איז אן אנגענומענע פאקט אז יעדער מענטש האט זיינע געברויכן, וואו קודם קומען די עלעמענטארע באדערפענישן, דאן קומען זאכן װי זיכערקייט, און דער סאמע העכסטער געברויך איז זעלבסט ערפילונג' אז א מענטש דארף קענען אנטוויקלטן זיין אייגענע פאטאנציאל און טרעפן וואס געבט אים סיפוק און געשמאק אין לעבן.

ואדפס-ז1 מומקמס זם ששכצם? זהשחזפעםווושפ פטהפוסווסס. אשוז וט /זט ‏ טס 10 וושטוזשחן-

סוווטאסומם סאא משסן

חטש וסטוזוזטט |ט טצוזײט עשמוזזטרזו אי /זזט} ,ווו מטזזזן

זזוחטם=5 סווא צזיזהפ םב 0618 סתב יוו דחוב? עזםטםים ,דחם חדוים! קההם הוה

מאסלאו'ס פיראמידע פון באדערפענישן

א ישיבה דארף האבן א פלאן ויאזױ צוצושטעלן אלע געברויכן פון א בחור. צו זאל דאס זיין פיזיש - איבונגען און אקטיוויטעטן - צו זאל דאס זיין גייסטיש, עמאציאנעל און אזוי ווייטער. פארוואס זאלן מענטשן דארפן אויסוועלן צוישן זיין א חלק פונעם ציבור אדער זיך צו אנטװיקלן די אייגענע כאראקטער און פערזענליכקייט? עס איז געווען ביי מיר א השוב'ער יונגערמאן פון אמעריקע וואס ער לערענט אפילו פאר שיעורים. ער זאגט מיר נאך עפעס פונעם אר"י הק' און לייגט צו אז רש"י ברענגט דאס גאר פונעם אר"י הק'! און ער איז שוין איינער וואס איז געוען פון די גוטע בחורים אין ישיבה. ציו איז דאס יושר אז מען קומט ארויס פון ישיבה מיט אזא צומישעניש?

מיר לעבן היינט אין א מציאות אז צו זיין א חרדישער איד איז א חיצוניות'דיגע זאך, מען דארף פשוט מיטגיין מיט דעם "פראגראם". מיר האבן היינט הונדערטער, און אפשר טויזנטער, וועלכע זענען נישט קיין מאמינים אבער לעבן א דאפלטע לעבן פון שקר. זייער אסאך פון זיי זענען פשוט אזעלכע וועלכע האבן קיינמאל נישט געטראפן זייער פלאץ אינעם עולם הישיבות, אדער אזעלכע וועמען עס ציעט זיי מער די וועלט פון וויסנשאפט און קולטור. מיר דארפן טרעפן פאר זיי אויך טרעפן א פלאץ אין אונזער ציבור.

דער גרעסטער סכנה פאר אינדיווידועלן איז אז זיי דארפן לעבן א לעבן פון שקר. עס צוברעכט דעם מענטש און עס מעקט אים אויס זיין צלם אלוקים. אויב קענען מיר געבן פאר בחורים אן אויסוואל פון יונגווייז אָן צו לערנען 'במקום שלבו חפץ' און אים מוטיגן אויסצונוצן זיינע אייגענע טאלאנטן און אייגענע פאטאנציעל, װעלן מיר האבן א בעסערע און מער ערליכע ציבור, און מען װעט נישט מוזן לעבן אין אן "אנגענומענע שקר". די מציאות היינט איז אז יעדער איז מודה אז מיר זאגן "אביסל ליגנט" פאר זיך אליין און פאר די קינדער אויף צו אנהאלטן אונזער לעבנסשטייגער.

אנשטאט באטראכטן די דרויסנדיגער וועלט אלס א סכנה דארפן מיר עס אנקוקן פאר א געזונטע 'קאנקורענט'. די וועלט אינדרויסן איז נישט שרעקעדיג ווייל מיר ווייסן אז מיר האבן אונזער וועג, אבער מען קען דאך נעמען אזויפיל מתנות פון די וועלט. איך גלייב אז פארשריט, צו איז דאס ויסנשאפט צו טעכנאלאגיע, איז א מתנה פונעם רבוש"ע און מיר דארפן דאס כאפן מיט ביידע הענט. פארשטייט זיך אז אלעס קומט מיט גדרים און על פי תורה ועל פי הלכה, אבער מיר דארפן אויפהערן מורא האבן פון וויסנשאפט און פארשריט.

זייט 16

זייט 16
טעקסט (OCR)

לאמיר זאגן אז מיר נעמען אָן אייער שיטה אינגאנצן, צו װעלן מיר נאך אלס קענען ארויסגעבן תלמידי חכמים? וואס וועש זיין מיט א שבט הלוי? וואס וועט זיין מיט'ן אלף נכנסין לבית המדרש ואחד יוצא להוראה?

קודם כל, פון מיין ישיבה קומען ב"ה ארויס יונגעלייט תלמידי חכמים מופלגים, חסידישע אידן און יראי השם. און נאכמער, איך האלט באמת אז מען דארף אויך האבן א ישיבה למצויינים וואס איז אינגאנצן תורה, וואו א בחור וואס וויל זיך באמת אפלאזן פון אלע ענייני עולם הזה און זיך אריינלייגן אינגאנצן אין תורה זאל דאס קענען טוהן. מיר קענען אבער נישט אריינלייגן יעדן איינעם אינעם זעלבן קעסטל.

פארקערט גאר, אוב װעט באמת זיין א געלעגנהייט פאר בחורים צו זיין מצויינים אין אנדערע בחינות: אין השקפה, אין

אש איז א פלאטפארמע געווידמעט פאר תורה, מחשבה, קונסט, פאעזיע און אידישער ליטעראטור פון העכסטער קוואליטעט. איר קענט זיך פארבינדן מיט דער רעדאקציע דורך שיקן אן אימעיל צו גסס.[טעלעפאן]

וויסנשאפט, אין מאטעמאטיק, װעלן די גדולים בתורה טאקע באקומען א ספעציעלע חשיבות. היינט איז די מציאות אז יעדער מוז אנשטעלן דעם אנשטעל אז מען איז א תלמיד חכם און דאס מאכט ביליג די גרויסקייט פון א תלמיד חכם. ווען א מיידל זאגט היינט "איך וויל א תלמיד חכם" זאגט זי בעצם איך וויל א בחור וואס איז א מוצלח, און דער איינציגער וועג פון זיין א מוצלח איז צו קענען גמרא אויף א געוויסע דרך הלימוד. אבער נישט יעדער איז געמאכט פאר דעם, און אזויפיל פאלן נעבעך ארויס צווישן די שורות. שטעל דיך אבער פאר וװען א טאטע קען װען שטאלצירן מיט זיין זון אז "ער איז א געוואלדיגער בעל השקפה" אדער "ער האט א שטארקער כח הדיבור" און אזוי ווייטער. לאמיר באמת געבן דעם געלעגנהייט פאר יעדן איינעם צו זיין 'זיך אליין' און מיר וועלן אויך האבן גדולי ישראל און תלמידי חכמים, לא אלמן ישראל.

זייט 17

זייט 17
טעקסט (OCR)

מִּץ הטוס (66 תוהו ובוהו - ערב פסח תשפ"ד

בְּדַעְתּוֹ בָּטוּחַ

לא, הָפוּךְ! צוֹעֵק הָאַחֵר גַּם הוּא דָּרוּךְ לא מְוַתֵּר

"וּמָה אַתָּה חוֹשֵׁב?ָ" הוּא מוּכֶן לִקֶרֶב

א פאעקע שוֹטְט בַּרְחוֹב צַר לִי לְאַכְזֶב מִסְתַּכֵּל סְבִיבֵ דַעְתִּי קצֶת מִרְכָב 5 הֲיֶשׁ מַכְאוֹב מַבאוֹבִיי ‏ / אַתֶּה לי חָבֵר י- וְחָשׁוּב שְׁתָּדַע פּוֹגֵשׁ חָבֵר וַדָּאוּת מְמַכֵּר שְׁקוּעַ בִּוְכוּחַ אֲבֶל הִיא לא מַדֶּע כְּלוֹ חור

אִין רַק לֶבֶן

וְכֶל הַשְּׁאָר שְׁחֹר אִיפֹה לַעֲזָאזְל הֶחְבַּאתָ אֶת הָאָפֹר

אִין לִי דִּעָה!

רוֹצֶה לִצְעֹק בְּקוֹל לַחֲבֵר הַמְּשִׁכְנֶע שׁפְּתַר אֶת הַכֹּל

זייט 18

זייט 18
טעקסט (OCR)

אֲנִירַק מַשְׁקִיף בְּעֵינַים דּוֹמְעוֹת תּוֹהֶה מֶה תַּקִּיף מִכָּל הָרַעֲיוֹנוֹת

אִם הָיִיתָ יוֹדֵעַ מֶה לִבִּי חוֹשֵׁב לא הָיִיתָ לִי רְעַ אוּלַי גַּם אוֹיב

תְּעִידוּ מֶה רְאִיתֶם שְׁמַיִם וְאֶרֶץ

זְרוּק אֲני בִּינֵיכֶם טוֹבֵל וּבְיְדִי שָׁרֶץ

אֲנִי אוֹהֵב קָצוֹת וְגַם נָשִׁים יְפוֹת מִתְפַּתֶּה מַחֲקִירוֹת ּמִתְפַּתָּל מִסְּפָקוֹת

מַאֲמִין בָּאֲלוֹקִים

כֹּפֶר בַּחַיִּים

לַמְרוֹת שֶׁגַּם זֶה הָפוּךְּ לִפְעָמִים

בַּת זוּג מִי יִתֶּן לִ מְחַכְּשׂ נוֹאָשׁוֹת רְאוּ מִי מָצָאתִי בִּין הַשִּׁמְשׁוֹת!

הֵאֶם תִּהְיי לִי? יִהְיֶה לִי לִזְכוּת כָּמוֹךּ כָּמוֹנֵי אין וַדָּאוּת

לֹא לַיְלֶה לֹא יוֹם אֲבֶל קֶצֶת מַהַכֹּל אֵין אֶמֶת וְאֵין שָׁקֶר ימִין ְגם שְׂמאל

נָעִים לְהַכִּיר בֶּן זוג יִקִּיר כִּשְׁמִּי כֵּן אֲנִי תֹּהוּ וְבֹהוּ

אוײַסטסיוס איז א פלאטפארמע געווידמעט פאר תורה, מחשבה, קונסט, פאעזיע און אידישער ליטעראטור פון העכסטער קוואליטעט. איר קענט זיך פארבינדן מיט דער רעדאקציע דורך שיקן אן אימעיל צו עסס.[טעלעפאן]

זייט 19

זייט 19
טעקסט (OCR)

טיט

ּואוו

8 מאָצלנח טויב - ערב פסח תשפ"ד

א פעליעטאָן לכבוד יום טוב

ווער איז דער צעפראַסקעטער אוֹרח?

ער קאָמאַנדעװעט אין דיין פּסיכישער דירה דער יאָלד האַקט און קאַקט ביי דיר אין מוֹח דער פּאַראַזיט איז די מכֹּה אשר לא כּתובה.

ער איז א צפּיחית בדבש װאָס וויל בלויז מרוֹר רייבן

פּער א פּחמי שבת נחמוּ איז ער אש-להבה צו דיין קש

ער איז אויסן דיך צו צערייבן, אָבער ס'שווער אים צו פאַרטרייבן ווייל ער איז טמון אונטער דיין נאָמען וי הָמֶן אין א טאַש.

און צו טרייבן וי נְבוּזַרְאֲדְן דאַרף גאָט זיין קװאַטער אַן ענין א דעליקאַטער, ער זיצט ביי דיר א זאַטער פּשעטלעך פון א סקװואַטער און פון אין תבוש מתּיר א פּריוואַטער טעאַטער איז נישט גרינג צו זיין מוותּר.

זייט 20

זייט 20
טעקסט (OCR)

א נגע-צרעת אָן קיין ראַסע, הגם א בלאַסער למעשׂה עין לֹא ראתה -- ער פאַרמאָגט ניטאַמאָל קיין מאַסע פאָרט איז ער זיך מתנשׂא ממסע למסע צו א משׂא גסה ער איז מטמא במגע ומשׂא און אַזש אויך בגרימאַסע.

א הוֹשענא װאָס שמייסט נאָך פאַר למען-דעת

א דלעילא, א דלתתא, א סאָפּראַנאָ, און א באַס

א שבר-כּלי, משוגע'וואַטע, נאָןגראַטאַ, א חלאת

אַן אפילה און אַטאַקע כּדין וכּדת מיט קנס לבין ובת.

אַן עוקץ אָן קיין פּיטם און א שלוקערץ אָן קיין ריטעם א צעפידלטע סטרונע און א קאַקאָפּאָנישע ימי-בינה טענו מעוֹת חיטים און הוֹדה לוֹ עצי שיטים

א צעזידלטע קינה און א מעלאַנכאָלישע גילה-רינה.

א מאַנישע מערכה, א דעפּרעסיווע אנחה א בחור כּהלכה, נאָר מיט א שטיקל הנחה א הבטחה, הדרכה, ברכה, און סומאַטאָכע א צעפליקטע משפּחה, וכל הקוֹדם זכה.

אילוזיעס, דעלוזיעס, און האַלוצינאַציעס א זאַק פאַרהויקערט אויף דיין פּלייצע חלוֹמוֹת, פּתרוֹנוֹת, און לויזע אַסאָציאַציעס חוש'ט מיט די חושים און דרייט א ביצה.

ער האָט זאָגאַר א רעפּערטואַר פון דוֹבים ויער דער צאַר מיטן גזר און קאָמיסאַר מיטן ציגאַר אַרענדאַר מיטן שטר און זשאַנדאַר מיטן כאַבאַר -- א באַזאַר פון קאָשמאַר וואו כּל דאלים גבר.

טראַכט, מאַכט, און פאַרמאַכט

פאַרבראַכט, נאַכט, און באַװואַכט

באַטראַכט, באַאָבאַכט, און געדאַכט פאַרשמאַכט, פאַרקראַכט, און אָפּגעשװאַכט.

פאַרדאַכט, פאַראַכט, און אויפגעבראַכט לאַכט, באַמאַכט, און אױיסגעטראַכט שלאַכט, געבראַכט, און פאַראורזאַכט פּראַכט, פאַרפּלאַכט, און אומגעבראַכט.

א פּאַניק, אַן אַמפּערײ, און ווידער א רודעריי נאָר זאָגן זאָגט ער אַז ער מיינט דיין טוֹבה

זייט 21

זייט 21
טעקסט (OCR)

פרעסן פרעסט ער אָבער אבר מן החי -- ס'לעצטע ביסל מאַרך איז ער אויך גוֹבה.

דער פּסיכאָפּאַט פאַרגינט נישט קיין רגע בשלוה ניטאַמאָל א קרעכצל אויפן קושי השעבוד

ער קומט באַלד קלאַפּן אויף דיין טיר וי א מלוה ווייל ס'איז דיך געלונגען צו שאַפן אַביסל עידוד.

מנוחה ושׂמחה מיט בענזאָדיאַזעפּין?

זיינע סדוֹם-בינען קומען דיך שטעכן אויפסניי

דער סאַדיסט שמעלצט זיך בחדוותא דזעיר אנפּין -- לאַכט אין די פויסטן אויך פון דיין עס-עס-אַר-איי.

יסורים מיט סיפורים פון חורים אין די כּדורים

א חג הביכורים? פון תמרורים נאָכנישט פּטורים א בעל-כּישורים מיט ביאורים אויף מתּיר אסורים שיעורים און חיבורים אויך אויף ליל שמורים.

ווישבת אויף דיבורים מיינט איסורים נישט הרהורים

װוי גבירים טיילן פּורים און וי יוֹם כּיפּורים איז כּיפּורים

וי סידורים אויף יוֹם כּיפּורים און יוֹם-כּיפּורים אויף הטאת-נעורים װי עשירים טרעטן אויף פּירורים און וי מאושרים די מכשירים.

מ'באַשווערט עד בלי די מיט בליי, ערד, בערד, און פערד בלטיהם, בלהטיהם, ולהבדיל, בבולעטין אין בוימל בלולה

ער שווערט אַז ער באַגערט אויף דעזערט מִתוּשְׁלַח'ס שווערד דער אַשְׁמְדֵאי מאַכט פון יעדער סגוּלה א חוכא ואטלולא.

ער דערקלערט אַז ס'איז באַשערט און געוויס ווערט

ער פאַרהערט און באַערט יעדע תחבולה און פּעולה

ער ווערט פאַרצערט, צעשטערט, און איבערגעקערט

וי א פאַרווערט מחשבה'לע װאָס הערט כֹּל אומה ואומה.

ער ווערט דאָך דערנערט, פאַרמערט, און געהערט ווען דו ביסט אין אים פאַרקלערט און פאַרשווערט דיין לעבן פאַרטרערט איז פאַרקערט זיין קאָנצערט -- ווער קערט און װאָס שטערט אַז ער יערט?

צעשטרודלט, צעדרודלט, און צעדרומשקעט

צעפלאָכטן וי א לאָקש, זאָגט ער, איז דער נייער נאָרמאַל באַלעמוטשעש, דערקוטשעט, און צעקוטשקעט

דו פרעגסט פאַרװאָס, און ער ענטפערט: ווייל

זייט 22

זייט 22
טעקסט (OCR)

פאַריאַכמערט, פאַרכמורעט, און פאַרקאָלאָטשעט פּרעסט פון פּיסק זאַצן אַרױס וי פון צעשטויסענע גפנים צעטשאַכמערט, פאַרמרוקעט, און פאַרמאַראָטשעט לְחַצֵץ קלעבט מיט לְנַצֵץ וי מאַטראַצן פון נקבים קטנים.

צעבוצקעט, צעיוכעט, צעהעצקעט, צעפלאַטערט, און צעפּלאָשעט צעפאָכעט מיט הערנער וי א פּאַיאַץ בין הזמנים און א קאַץ אויף חתנים צעזשאַרעט, צעפיבערט, צעמיירעט, צעבאָכעט, און צעטאָפּטשעט צעשטאָכן מיט דערנער װוי דער בןךמלך אין פּאַלאַץ מיטן נמשל פון שוֹששנים.

ער צעקאַטעװעט דיך איבער זיינע שטעגן מיט גע'הרג'טע מכּוֹת ער איז אינעם פינצטערניש נאָך מוֹסיף חטא על פּשע

ער וויל אַז דו זאָלסט צעקאַליעטשעט ווערן אויף זיינע וַחֲלַקְלֵקוֹת שיט ער די פּעקלעך זאַלץ בלויז על כּל חבורה ופּצע.

יאָ, דו קלאָגסט יְגַעְתִּי בְּאַנְחָתִי

אָבער ניין, ס'גילט ביי אים נישט קיין גט

דו זיפצט אַשְׂחֶה בְכֶל לַיֵלֶה מִטָּתֵי

ער טעראָריזירט און הולטייעוועט אפילו אין בעט.

ווער האָט אים בכלל דיין אַדדעס געגעבן? און ווער האָט אים געעפנט דעם געיט? ער האָט אים געלאָזט דיין היים אָנקלעבן מיט זיין אָלטערנאַטיווער רעאַליטעט?

זע וי ער פאַרשטעלט מיט געוויקסן די פענצטער זע וי ער פאַרשוואַרצט דיינע קעמערלעך מיט קויל ער איז אַנטשלאָסן צו פאַרשפּרײישן דעם קענצער און דיין געמאָרדעוועטע זעל אַראָפּיאָגן אין שאוֹל.

ער איז לעוֹלם א גאָלע גאָרנישט װאָס זויפט דיין בלוט ער נאָגט א מלא וגדוש בײיטאָג און אויפדערנאַכט

זיין נאַרציסיסישטיש לעבן איז זיס, גוט, און ליט

כּל זמן דו ביסט אין זיינע װאַנזיניגקײטן פאַרטראַכט.

דיין וְנַפְּשִׁי נִבְהֲלֶה מְאֹד איז זיין יעמוֹד יעמוֹד!

ער קומט באַלד אַרומשרויפן א טשוועקל אין דיין קעפּל דיין נויט איז זיין פּרנסה און דיין הויט איז זיין קנויט

דו ביסט זיין זֶה חֲלִיפָתִי נאָך מיט א פּעקל אויפן רעקל.

ער איז דאָך אַן עני ממעש תּלוש פון ערשטן קלאַס ער מאַכט דיך חלוש ווייל זיין שׂכר איז דיין צער און גענאַר

זייט 23

זייט 23
טעקסט (OCR)

ער טרייבט דערפאַר שפּאַס על מנת לקבל שפּײז -- ער זעט דיין היסח הדעת אַלס אַן עקזיסטענציעלע געפאַר.

דער בן סוֹרר ומוֹרה און שוֹרש פּוֹרה מרה שתוֹרה האָט דערפון מוֹרא פיל מער וי דער אָטעם פון בעל-קוֹרא פאַרן אַרױסשלאָגן עֲשֶׂרֶת

ווייל משפּטים אין תּלמוד-תּוֹרה האָט אין אים אַרײינגעשלאָגן דער מוֹרה װאָס דער בוֹרא אין זיין תּוֹרה איז יוֹרה פאַרן טאָגן אִם בַּמַחְתָּרֶת.

נשימה אחת איז נישט מעכּב די קריאה די ערגסטע לאַגע איז טעראָר פונעם כאָר אבער נפש תּחת איז סוֹף גנב לתּליה

-- ניטאַמאָל קיין קלאַגע פונעם פּראָקוראָר.

הָא לַחְמָא עַנְיְא!

דיין פאַראָרעמט לעבן איז זיין ברויט באַפרײיש צו ווערן פון דער טיראַניע מוז דיין דערלעבן ווערן זיין טויט.

דאָס שטיקעלע מרוֹר אין חרוֹסת טוֹבל טייטשן שוין צדיקים: אַראָפּ מיטן אוֹרח!

כֵּן עֶשֶׂה הִלֵּל, כּי נָפֶשׁ הוּא חֹבֵל

--- אים אַרײנגעשלײדערט אין סאַמע כּוֹרֵךְ.

כָּל דִּכְפִין מיינט נישט אַז מ'איז דעם פּסיכישן פּאַראַזיט סוֹבל כָּל דִצְרִיך --- אפילו דער סבלן הִלֵּל מוז ווערן א קטלן לצוֹרך

בְּנֵי חוֹרִין װאַרטן נישט אויף אֲלִיָּהוּ'ן, נִירְצָה, אָדער קיין גראַם -- זיי זינגען כַּאֲשֶׁר זְכִינוּ לְסַדֶּר אוֹתוֹ שוין באַלד ביי שִׁלֶחֶן עוֹרֵךּ.

אײַסטסרוװסך איז א פלאטפארמע געווידמעט פאר תורה, מחשבה, קונסט, פאעזיע און אידישער ליטעראטור פון העכסטער קוואליטעט. איר קענט זיך פארבינדן מיט דער רעדאקציע דורך שיקן אן אימעיל צו ע66110:)[טעלעפאן]

זייט 24

זייט 24
טעקסט (OCR)

װאָרּם יבג התסה

אל יוֹנָה מֶצְאָה - ערב פסח תשפ"ד

יונה פרעגט קשיות

אָס זוכט יֹנֶה מִצְאָה אױפן = באַלעמער?

-- כּאילו שבת הגדוֹל איז נישט גענוג כאַאָטיש אָן אים, הו?

-- װאָס זוכט דער משוגענער דאָרט?

-- װער האָט דעם שייגעץ בכלל געלאָזט אַרױפגײין?

-- אוי, זאָג מיר נישט. שוין ווייטער ... -- עפּעס א הפקר וועלט דאָ?

-- עפעס פּורים היינט?

-- היה לא תהיה!

-- זאָל ער גיין איבערדרייען וואו נאָר ער וויל, אָבער נישט דאַָ! בשום אין אוֹפן!

-- פרעג אים צי ער איז גרייט צו קויפן מיין חמץ, נישט אום שבת גערעדט.

-- וֹנָה מִצְאָה בּוֹ מָנוֹתֵַ. חחח ... בּוֹ מיינט באַלעמער, כאַפּסט? חחח.

-- ער איז יעצט אָנגעקומען? ווייל ביים דאַװענען האָב איך אים נישט געזען.

-- ווען זעט מען אים דען יאַ ביים דאַווענען?

-- א רעגנבויגן עטרה? יוֹי, רבוש"ע!

זייט 25

זייט 25
טעקסט (OCR)

-- מסתם אַרײנגעגעבן זיין טלית צו קלינען אויף פּסח, הו?

-- ער האָט שוין זיכער קידוש געמאַכט, ווייל דער זכר שטייט דאָך נישט גראָד.

-- די אויגן שטייען אים קיינמאָל נישט גראָד.

-- פּעטש, נאָר פּעטש. כ'האָר עס שוין געזאָגט פאָריגע מאָל, און כ'וועל עס יעצט זאָגן נאָכאַמאָל: פּעטש -- געזונטע פּעטש! אָלדדסקול איז די איינציגע שפּראַך װאָס זי פאַרשטייען. ס'איז צייט אױסצוטן די זיידענע הענטשקעס. וויפיל נאָך גיימיר זיך דאַרפן אָנעסן פון זיי? וויפיל נאָך? האַ? כ'פרעג וויפיל נאָך!

-- איינער דאַרף פּשוט אַרױפגיין און אים אָנכאַפּן ביים אויער. דעטס אֶל.

-- נו, פאַרװואָס טוט קיינער נישט גאָרנישט פאַרװאָס?

-- פרישע זעק מיט שבת-הגדוֹל גאַרבעזש אויפצופּיקן.

-- מ'העט דאַרפן כּשר'ן דעם באַלעמער. --- וואו זענען די עסקנים?

-- טשעק צי אין וייבער-שול זענען "פּערצופאַל" נישטאָ קיין קאַמערעס ...

--- שוין, ער וויל דווקא, לאָז אים דאָרט זאָגן א פּאָר ווערטער.

-- עקזעקטלי. ער איז דאָך נעבעך א צעבראָכן קינד.

-- א צעשאַסענע נשמה נעבעך.

-- גם אני מצטרף. איז דען ווערט צו מאַכן א מחלוקת?

-- קיין שטונק איז זיכער נישט וװערט צו מאַכן.

-- מ'דאַרף היינטצוטאָגס שטאַרק אָבאַכט געבן. נייע צייטן. אַן אַנדער וועלט.

-- קלאָר נישט ווערט.

-- װאָס קען ער שוין זאָגן? אין ערגסטן פאַל?

-- כ'בין סורפּרייזט אַז ער קען אפילו עברי. ער איז דאָך אַן עם-הארץ מדאורייתא.

-- ער קען נישט און כ'בין נישט סורפּרײזט. ער קען דעם איגענעם נאָמען נישט אַרױסזאָגן.

-- נוּ? לאָז געמאַך. אויף ענגליש זאָגט מען "פּיק יור בעטלס."

-- כ'בין מחולק. כ'פאַרשטיי בכלל נישט װאָס דאָ גייט פאָר. כ'האָב שוין געפרעגט איינמאָל און כ'וועל פרעגן נאָכאַמאָל: ס'איז עפּעס פּורים היינט?

-- גראַדע יאָ, אַביסל פּורים. נאָר איר מעגט קומען אין שול פּונקט די װאָך מיט אַן אָפּגעבאַקענעם מצה-שטריימל, כאַלאַט:בעקיטשע מיט גראָדע קעשענעס, ווייסע זאָקן מיט גראָבע בענדל-שיך, און א געלן הקדש-טלית מיט א צעפליקטער און צעפאָכעטער עטרה? װאָס איז די מעשׂה מיט די לויזע שורוֹת צעבויגענע גלעקלעך וועלכע פּאַטשן אַרום אויף דער פריי וי א פּאָר אַלטע אָפּגעהאָרעװעטע בולקעס? ס'וואַלגערט זיך ביי אייך אינדערהיים א טוץ טליתים, אָבער יאָר-אײן יאָר-אױס קענט איר אױף שבת הגדוֹל ממש נישט האָבן קיין אַנדער טלית

זייט 26

זייט 26
טעקסט (OCR)

אַלץ ווייל פּסח, ס'ווייב, די גויטע, און די קלינערס?

-- נּ, ער װאָלט דאָך שוין געקענט זיין פערטיג. לאָז אים רעדן דאָרט.

וֹנָה מֶצְאָה:

רבוֹתי, חז"ל שרייבן שוין אַז אין בן גרינער יִצֶר-טוֹב בא אלא בהיסח הדעת. די מפרשים זשאַלעװען נישט קיין שום צייט, נאָר שטעלן זיך דערויף תּיכֹּף ומיד, כּולם פּה אחד, מיט א באָמבע-קשיא מרפסין איגרא: אבל איך מסיחים דעת מהגרינעם? נאָר קשיוֹת, פלעגן מיינע מלמדים זאָגן, וועסטו פרעגן ביי דער סדר-נאַכט. דער בית-יוֹסף איז אָבער נישט צופרידן פון דאָזיגן תּירוץ: "איצט איז דאָך די סדר-נאַכט, סטופּיד!" שיסט ער אַרײן אין די הויכע ספערן א באַליסטישע קשיא װאָס שמעטערט נאָך א קורצער ווייל צוריק אין אונזער אַטמאָספערע אַריין און לעכערט די ערד וי א *"10 א (זיפּל).

--- זיי מסביר. ר' איזי דער פיזיק-מלמד וועט שוין מסביר'ן.

-- מ'זאָגט אפשר היינט א חלק פון הגדה, אָבער ס'איז דאָך טאַקע נישט די סדר-נאַכט?

מ'רעדט דאָך ווען מ'האַלט שוין יאָ ביי דער סדר-נאַכט. א סך האָבן שוין פּראָבירט. א גאַנצ יאָר האָבן זיי זיך אַרומגעדרײיט אָנגעשװאָלן מיט שֹאלוֹת און געגאַרט אויף דער נאַכט פון זאַלצװאַסער צו קענען אַראָפּלאָדן די משֹׂא פון די הערצער. וי פאַרשטענדליך אָבער זענען זי באַלד פאַרשריגן געװאָרן: פּונקט אין אַזאַ הייליגער נאַכט מוזטו רעדן דיינע דברים בטלים? הקב"ה בכבוֹדוֹ ובעצמוֹ שוועבט דאָ אַרום מיט אַן אָנגעשפּיצט אוער און װיל שעפּן אַביסל נחת פון זיין פאָלק, און דו האָסט נישט

בעסער װאָס צו טון נאָר פרעגן שטותים? די פּמליא של מעלה פּלאַטערט דאָ אַרום, פּראָבירט אויפצוכאַפּן אַביסל טייטש אויף פּקודא בתר דא וייל דער לימוד-קוֹדש קוריקולום שליסט נישט איין קיין אַראַמיש, און דו ביסט פאַרנומען מיט נאַרישקײטן? אליהו הנביא קומט זופּן פונעם גרויסן כּוֹס, און דו מאָלסט װאַסער? פאַרשעמסט מיך, פאַרשעמסט דיך, פאַרשעמסט די גאַנצע משפּחה, פאַרשעמסט דעם, פאַרשעמסט יענעם, דאַרפסטיך שעמען, מוזטיך שעמען, זאָלסטיך שעמען, וועסטיך שעמען, שעם דיך אַהער, שעם דיך אַהין -- שעמסטיך אפילו נישט?

בקיצור, מ'פירט זיך צו עסן אייער, מ'פירט זיך אָנצושפּריצן אַלץ און אַלעמען מיט גרעיפּידזשוס, און מ'פירט זיך אויך זיך צו שעמען פון אַלע זייטן. קיין קשיוֹת פירט מען זיך אָבער נישט צו ענטפערן, אויסער, פאַרשטייט זיך, דערלאַנגען די הונגעריגע מיילער דעם גלאָררײיכן עֲבָדִים הָיינוּ -- דער ספּעציעלער תּירוץ /טסן טס װאָס זיצט אויפן מעניו פאַר לפּחוֹת צװיי מעתתלעת און באַפרידיגט בטוב טעם ודעת א קוואַרטעט פון בייסיגע שאלוֹת װאָס שלאָגט זיך אַרױס פון מה-נשתּנה -- די יערליכע סענזאַציאָנעלע רענדיציע פון נחת, פּאָמפּאָמס, און א געהאַקטער עברי.

משל למה הדבר דוֹמה?

-- אָט אַזױ. גענוג מיט דער געשעמעכץ. א דרשה אָן קיין משל איז קיין נמשל נישט.

שאַרלאַטאַנען, רעכט-געפליגלטע אַמעריקאַנער ניסלעך, וועלכע יאָגן זיך נאָך יעדער מאַסן-שיסעריי --- אויך באַקאַנט אַלס מיטװאָך אין אַמעריקע -- צו פאַרפּעסטיגן דעם דעת-הקהל מיט א פאַרדאָרבענעם רויטן הערינג. יאָ, זאָגן זיי, געוויס מוז מען טאַקע

זייט 27

זייט 27
טעקסט (OCR)

האָבן אַן ערנסטע דיסקוסיע איבער דער עפּידעמיע פון אוסקלן א חדר, שאָפּיניג-צענטער, בית-מדרש, צי וואו נאָר יעדעס מאָל א שטימע צערעדט זיך ביי עמיצן אין קאָפּ -- נאָר איצט, דרייען זיי דעם שִׁבְּכֶל הַלִּילוֹת דווקא מיטן מיטלסטן פינגער, איצט ווען אומשולדיג בלוט איז נאָך תוֹסס ומרתיח איז פּשוט נישט די צייט אויפצוברענגען די װאַנזיניגע אָפּאָזיציע צו אפילו די מינדסטע רעגולאַציעס װאָס אָנבאַלאַנגט א הפקרות פון געווער אין די הענט פון משוגעים. זאת ועוֹד, שרייען זיי, גאָנס זענען בכלל נישט די פּראָבלעם ...

-- נאָר װאָס איז די פּראָבלעם? מענטאַל העלט. -- אֵה! ובכן?

ובכן? ובכן צדיקים יראו וישמחו. ובכן איז הויך צייט אַז מיר ליגן אַװעק אַלע פּאָליטישע אַגענדעס און פּריואַטע אינטערעסן אין א זײט, און אַלס געזעלשאַפט קלייבן מיר זיך צונויף כּאיש אחד בלב אחד, אַנטשלאָסן זיכערצומאַכן אַז די גייסטיג-צערודערטע קריגן די הילף װאָס זיי דאַרפן און מיר פּאַרנאַכלעסיגן.

-- אַזױ? צװאָנציג מאָל אדרבה! מ'זעמיר מוכן ומזומן צוצושטעלן די נויטיגע הילף ...

נאַדנאַינאַ, אויסדריקליך ניין! צוטריט צו הילף איז דאָך העלטקעיר, און העלטקעיר איז דאָך סאָציאַליזם, און סאָציאַליזם איז דאָך ווענעזועלע, דשתה למיא, דכבא לנרא, דשרף לחוטרא ... חד גדיא גד גדוד יגוֹדנו גדודה גדוֹלה, און גוט מאָרגן -- ס'איז שוין נאָכאַמאָל מיטװאָך.

נאָר צוריק צום פּקודא בתר דא .. ס'איז ליידער נישט קיין סוֹד אַז היסח הדעת האָט

זיך אַרײנגעכאַפּט ביי מאַנכע איבער דער געבורט פון א נייעם קאַפּיטל צום גרינעם יִצֶר-טוֹב. אָבער װי ס'זאָגט שוין הרב שלוֹם שטיסל: אסור להתייאש.

-- נוּ, קום שוין צום פּינטל. פאַר א שװאַרץ יאָר. דזשיזע....

דער גרינער יֵצֶרשוֹב װעט בשעה טוֹבה ומוצלחת מאַכן דעם יוֹם-טוֹב א שְֶׁהֶחֲיֵנוּ אויף א שפּאָגל-נײיעם קאַפּיטל.

-- נאָמען? נאָכאַמאָל וְהָשִׁיב. -- נאָך וועמען?

קשֵיוֹת װעסטו פרעגן ביי דער סדרנאַכט. נאָר פּסח איז דאָך א זמן הגאולה, און בִימוֹת המשיח, װוי באַקאַנט, װעט מען פּסק'נען װי בית-שמאי. און היוֹת אידן דאַרפן צידה לדרך ביים כאַפּן ביזת היוֹם, האָט מייסטערוועק סוֹףסוֹף באַשלאָסן צו גײין מיטן קאָנסערװאַטיוון מהלך פון מחד שביך לשבתיך -- יוֹנָה מֶצְאָה װעט אייך היי יאָר אי"ה באַגלייטן מיטן נאָכאַמאָל וְהָשִׁיב אַריבערן ים-סוף.

-- װען שפּרינגט דער שפאַנענדיגער נאָכאַמאָל וְהִשִׁיב אַרױף אויף מייסטערוועק?

ערגעצווען אין די טעג װען מ'שליידערט אַרױס דעם לא לְנוּ און אָהַבְתִּי פון הֵלָל. וי מרת אָבאַמאַ האָט געזאָגט: װען זיי גייען נידריג, גייען מיר הויך. װאָס וייסט א גוי? אין מקווה שושקעט מען זיך אַז הגם דער נאָכאַמאָל וְהָשִׁיב קומט אויף די צווייטע טעג, װעט מען אים נאָך יאָ דאַרפן לייענען אָנגעלענט.

זייט 28

זייט 28
טעקסט (OCR)

נאַט אייך א ליסטע פון קֹשיוֹת. אויב קענט איר נישט טשרעפן די תּירוצים ביז שביעי-שלפּסח, דאַן װעלן אייך די תּירוצים בעזהשי"ת אַנטקעגנלויפן באוֹתיות מֹאירוֹת ומֹחכִימוֹת אינעם שפּאַנענדיגן "נאָכאַמאָל וְהָשִׁיב".

טיצ פּי רישי

אהרן שלמה טענענבוים נעמט זיין דרייצךיעריגן מילעך שיען תּפיליךלייגן ביים היילגן קאַריפּראַזינער צדיק. מיילעך שיע מאַטערט זיך דאָרט מיט א שחרית װאָס קריכט פּאַװאָליע איבער בערג און טאָלן. א באַדייטנדיגער פאַקטאָר אין צעפּלאַצעניש איז דער שלעכט-געבונדענער קשר של-ראש וועלכער זייט אָן כאַאָס איבערן גאַנצן געביין. אהרן שלמה שיקט דעם קומעדיגן טאַג מיילעך שיע'ן צו פאַרריכטן די תּפילין-קשרים ביי שמואל דוד גאָלדבערגער. שמואל דוד איז א נאָנטער ידיד וועלכער קומט יעדן אויפדערנאַכט צום שיעור מַחְכִּימַת-פְּתִי װאָס אהרן שלמה לערנט פאָר אין סערטראַלינער שול ...

מ אסרשץ כּסיטב

פאַרװאָס און מיט וויפיל הענט האָט שמואל דוד באַפױילן מיילעך שיעץ אָנצוכאַפּן דאָס קאָנטשאָ?

װאָס זענען די געאָפּאָליטישע קאָנסעקװענצן פון נישט פאַרמאָגן קיין קלאָרע דעמאַרקאַציעס צװישן באָרד או פּאוֹת? װאָס פּאַסירט ערב-שבת, נאָך דער מקווה, ווען א ציכטיגער באַשאַף הייבט אָן ברומען דעם יִשׁקֵנִי מִנְּשִׁיקוֹת?

וועלכער פאַרצייטישער סטאַטוס-קװואָ איז גאַראַנטירט כּלזמן צדיקים װערן נישט מגלגול אין קוגל?

װאָספאַראַ סטראַטעגיע שפּאַנט דער כיטרער שיעור-פּאה איין איבערצוקליגלען דאָס גבחת?

װאו האָט די דיקע פליג וועלכע איז אַרױסגעשפּרונגען פון יחזקאל זושא'ס קלאָטשקעװואַטער באָרד געלאַנדט?

װאָס האָט דער אַרענדאַר געטראָפן נאָך קידוש-לבנה ביים קצב אין אתרוג-פּושקע?

װאַספאַראַ ‏ סטראַטעגיע שפּאַנט דער מאָגן איין זיך צו פּאַסמאַקעװען אויף א פרישער סעודה טראָץ דעם װאָס ער געפינט זיך נאָך אונטערן בוזשעווענדיגן רוֹשם פונעם תַּנֵא הָאֲלוֹקֵי ר' חִידְקָא?

װאָס איז די איינע זאַך װאָס מ'קען לייגן אויף דער אַנדערער זײט װאָגשאָל כּדי איבערצואוועגן שװערע זעק, גלגולים, מלאכים, תּוֹרוֹת, און פּלאַנעטן?

װאָס דרינגען חז"ל פון פּסוק'ס טריפּלטן לשוֹן צָנוֹף יִצְנָפֶךּ צְנֵפֶּה כַּדור?

פאַרװאָס שטייט שמואל דוד גאָלדבערגער ביי חוּפּוֹת מיט א טעלעפאָן אויסגעשטרעקט אין דער הייך?

װער איז דער פּיאַניר פון ישועה שיפּינג בוֹֹביוֹם -- א פּאַראַדיגמע-טױיש אינעם אינדוסטריע-סטאַנדאַרט פון פערציג טעג?

װאָס טענה'ט אָשי יאַקאָבאָװיטש איז "ריין סאָשאַליזם"?

װאָספאַראַ ‏ סטראַטעגיע שפּאַנט די פּאָר ברייטע הויזן איין זיך אָנצופייפן מיט עזות אויף די כּוֹחוֹת פון גראַוויטעט?

װאָס איז דער טעם פאַרװאָס ערליכע אידן עסן שבתזכוֹר אויך צוויבל-קוגל אין צוגאָב צו עמלק'ץ?

וועלכן חפץ-של-מצווה האָט נתן נטע געניצט צו רייניגן די ברילן-שייבלעך?

זייט 29

זייט 29
טעקסט (OCR)

וועמען און פאַרװאָס רופט מען צו כּשרן קאָמערציעלע קיכן װען זאַכן װערן קאָמפּליצירט?

װאָס קויפט שמואל דוד אין בתּיימדרשים פונעם אומאָפּהענגיגן אָרטאָדאָקסישן אידנטום?

װאָס טוען אידן אין א לאַנגן דינסטאָג װען ס'טרעפט זיך נישט קיין קאַנדידאַט אויף סעודת הוֹשִׁעַ בֶּן בְּאָרִי?

ס'טיפע שיסל האָט געבלעזלט מיט כלערליי שאַטירונגען פון וועלכער פאַרב?

פאַרװואָס און אויף וועמען האָט נתן נטע זיך געבייזערט אַז יענער רעדט וי אַנויפגעקלערטער דורך-אואַ-דורך?

פאַרװאָס האָט נתן נטע'ס טאַטע געשפּעט פון הלל מאיר'ס חידושי תּוֹרה אַלס חידושי תּוֹרא?

ְּבְִכַּת מִי שְׁעָנֶה לְיונָהבִּמְעִ ֶַּגָה הוּא יַעֲנֵנוּ

אוײַסטסהוסקך איז א פלאטפארמע געווידמעט פאר תורה, מחשבה, קונסט, פאעזיע און אידישער ליטעראטור פון העכסטער קוואליטעט. איר קענט זיך פארבינדן מיט דער רעדאקציע דורך שיקן אן אימעיל צו גס661101401161516106104.0

זייט 30

זייט 30
טעקסט (OCR)

בארנתך מע בטויטאעיסס אש יידל . ערב פסח תשפ"ד

מריעסיר

ינט דעם אויפשטייג פונעם אינטערנעט { אי זיך די אידישע חסיד"ישע

געזעלשאפט געטױישט אין אסאך הינזיכטן און געביטן. געויסע פון זײ פאזיטיווע, אנדערע נעגאטיווע. פארשטייט זיך אז וועלכער טויש עס פאלט אין וועלכער קאטעגאריע ווענדט זיך וויאזוי מ'קוקט דאס אן און וויאזוי מ'האלט אז אידישקייט דארף אויסזען. אבער אזוי צי אזוי, קענען לכאורה אלע מסכים זיין אז געטוישט האט זיך עס.

אלס לאנגיעריגער זעלבסט-געקרוינטער סאציאלער באאבאכטער טוט מיך שטארק עגבערן אז מיר האבן נאכנישט געהעריג

סייקעדעליקס ביים היימישן ציבור: א פאטענציעלע מהפכה

אנטוויקלט די זעלבסט-באוואוסטזיניגקייט צו פארשטיין און אנערקענען די פארשידענע סוב-קולטורן און "טרענדס" אין אונזער געזעלשאפט. די צייטונגען און מאגאזינען לעבן באופן כללי אין לאלא-לאנד, אין אן אוניווערס וואו קיינער קוֹקט נישט קין מאוויס, פארט נישט וואקאציאנירן אין קאנקון, עסט נישט אין רעזערוו קאט, פאלגט נישט נאך "אביסל" סטעטוס, שיקט נישט ארום חיימא'ס ווידעאס, ליינט נישט אייוועלט, ווער רעדט נאך קאווע שטיבל.

אז ס'מאכט זיך אמאל אן אויסנאם, א מעינסטרים מאגאזין וואס דערמאנט יא די עקזיסטענץ פון א לעבעדיגער וויברירנדער קולטור, ווארפט מען עס אריס פון די געשעפטן, אריינגערעכנט פון דער גוי'אישער

זייט 31

זייט 31
טעקסט (OCR)

וואלערא גאז-סטאנציע. דאס בעסטע וואס מיר האבן דערווייל זענען פרעמדע, וי סעמיועל היילמאן אדער איילה פעדער, וועלכע - אז איך װעל זי דן זיין לכף זכות - טוען זיכער זייער בעסטע אונז צו פארשטיין. אבער דאס קומט אוודאי נישט נאנט צו אן אייגענעם חשבון הנפש, א הבנה איבער זיך אליין וואס מיר מוזן און קענען האבן. נאך אין דער סעריע זענען מעמוארן פון אראפ-פון-דרך'ניקעס װעלכע פארצילן איבער זיך און איבער אונז פון זײיער סוביעקטיוון קוקווינקל, וועלכע איז אוודאי אינטערעסאנט און באלערנז, אבער פארציילט בליז איבער איין שמאלן אספעקט און פון איין זייער ספעציפישן פערספעקטיוו.

פון אן אקאדעמישן שטאנדפונקט, איז דער חסרון דערין אז עס איז זייער שווער מכיר צו זיין ווען עפעס איז טאקע א "טרענד" און ווען עס איז בלויז א פערזענליכע ערפארונג אדער אנעקדאטישער פענאמען וואס שפיגלט לאו דװקא אפ די ברײטערע היימישע גאס. אין אסאך פעלער איז דאס כמעט א פראגע פון לעבן און טויט. מיר ווייסן נישט, צום ביישפיל, די טרענדס ביים עולם איבער דאקטעריי, מעדיצין, אלטערנאטיווע הייל מיטלען, וואקסינען, פרויען געזונט, עמאציאנעלע געזונט און אזוי וייטער. יעדער האט א מיינונג, און אסאך פון די מיינונגען זענען אפיל אינפארמירטע מיינונגען (איינער װוײיסט קראנט וואס א וועטעראן הצלה ואלונטיר האט אים פארציילט אין שול, א צווייטער ארבעט אין א געזונט קליניק, און א דריטער האט א חבר, א טעראפיסט, וואס פארציילט אים כסדר מעשיות) - אבער א קאלעקטיוער פארשטאנד און א דאטא-באזירטע הבנה פעלט נאך אלץ.

בעושס וזאסעטף

כלפי מה דברים אמורים? עס איז שטארק מעגליך אז דער באזיס פון דעם ארטיקל איז א דמיון וואס לא היה ולא נברא, ס'הייבט זיך נישט אן און ס'עקזיסטירט בכלל נישט. אדער איז יתכן אז דאס איז בעצם יא א קולוטרעלער טרענד וואס איז מעגליך היבש אינטערן ראדאר, אבער עס איז דא, עס פאסירט, און עס האט זאגאר די מעגליכקייט צו זיין א שטארקער פאקטאר אין טוישן דעם היימישן חרד'ישן סיסטעם און קולטור. די רעדע איז פון א רעלאטיוו-נייעם טרענד ביים היימישן ציבור אין אמעריקע זיך צו באנוצן מיט סייקעדעליקס - סובסטאנצן וועלכע טוען צייטווייליג טױישן דעם מוח אויף פארשידענע אופנים. בפרט איז דער באנוץ

פון איאַװאַסקא, אן אור-אלטער סייקעדעליק געטראנק, געווארן א גאנגבארער ארטיקל ביי אסאך.

בעפאר איך גי ווייטער, א ווארט צויי איבער "דראגס". צום ערשט, א דיסקלעימער: כ'בין וייט פון אן עקספערט, מיין הבנה און קענטעניס אין דעם נושא איז היבש שוואך, און נעמט דעריבער אלעס וואס כ'שרייב מיט א לעפעלע זאלץ מלא חפני. אוודאי און אוודאי זאל מען דאס נישט נעמען אלס ראט אדער הדרכה; פרעגט איך נאך בי איער לאקאלן מעדיצינישן אדער עמאציאנעלן געזונט עקספערט בעפאר איר נעמט סײ וואספארא שריט ואס קען האבן לאנג-טערמיניגע אפעקטן.

צווייטנס ביי אסאך, ספעציעל אזעלכע מיט מער קאנסערוואשיווע נייגונגען, פאלט דער גאנצער נושא פון דראגס אריין אין איין גרויסער

זייט 32

זייט 32
טעקסט (OCR)

חזיר-טרייף קאטעגאריע. איינער וואס נעמט סיי ועלכע געװיקס אדער סובסטאנץ װערט באטיטלט אלס "דראגי" אדער "דזשאנקי", אפגעזען צי עס איז קאקעין, העראאין, 152, קאנאביס, אדער אלקאהאל.

עס איז זיכער דא א מאסגעבנדער צד וואס זאגט אז "שומר נפשו ירחק מהם" - דאס בעסטע איז צו שטיין ווייט פון סיי ‏ ועלכן סובסטאנץ ואס אפעקטירט דעם מוח אפילו לרגע קט. דער אמת איז אבער, אז דראגס איז גאר א ברייטער שם הכולל. לא הרי זה כהרי זה, ס'זענען דא ימ'ען פון חילוקים צווישן פארשידענע דראג קלאסן. טעכניש גערעדט זענען קאפאאין (דער אקטיווער סובסטאנץ אין קאװוע), ניקאטין (דער אקטיווער סובסטאנץ אין ציגארעטלעך) און אלקאהאל אויך דראגס. זענט איר אדיקטעט צו קאווע? מזל טוב, איר זענט א דראגי. איר רייכערט אדער וועיפט? - דראגי. איר טרינקט א גלעזל שנאפס יעדן טאג נאך שחרית? אויך א דראגי.

עס איז אבער פשוט אז מ'קען נישט ציען קיין פארגליך צװישן די פארשידענע סובסטאנצן. נישט יעדער פון זיי איז אדיקטיוו אויפן זעלבן שטייגער, און אפילו אויב מ'ווערט יא אדיקטעט, האט נישט יעדער פון זײ דעם זעלבן אפעקט און זיי האבן אלע זייערע אייגנארטיגע ריזיקעס. קאווע קען אייך בארויבן פון דעם נויטיגן שלאף וואס איער מוח דארף, ניקאטין קען אייך געבן קענסער, און אלקאהאל קען אייך פארואנדלען אין אן אלקאהאליק אדער חרוב מאכן אייערע לעבער. דאס זעלבע איז ווען עס קומט צו לעגאל-פארבאטענע דראגס א

שטייגער װי קאנאביס (מאַרואוואַנא), סייקעדעליקס, נארקאטיקס, וכו' וכו'. יעדער פון זיי איז א געשיכטע פאר זיך, לגבי בענעפיטן, אפעקטן, און ריזיקעס, און צו ווארפן א שווארץ ליילעך אויף אלע פון זי מיט א שם הכולל פון "דראגס" איז נישט קיין עסק. מאידך גיסא, פון נישט נעמען גארנישט איז נאך קיינער נישט געשטארבן, און זיך גענצליך מנזר זײן איז א נישקשה'דיגער פלאן.

מיט די הקדמות און דיסקלעימערס ארויס פון וועג, לאמיר צוגיין צום נושא: סייקעדעליקס ביים היימישן ציבור.

דער אמח איז אז די טעמע האט צו זיך צוויי אספעקטן, ביידע פון זי מיט א רײכער פארצווייגטער היסטאריע, סיי ביי דער אלגעמיינער באפעלקערונג, און ע"ד "וויאזוי עס גוי'אישט זיך, אזוי אידישט זיך" - אויך ביי אונז. דער ערשטער אספעקט איז א פאקוס אויף מענטעל העלט, סעלף-אימפראוומענט, פסיכאלאגיע, און טעראפי. דער צווייטער אספעקט איז דראג באנוץ, סיי פאזיטיווע, א שטיגער וו אנטי-דעפרעסענטס, און סיי נעגאטיווע און שעדליכע א שטייגער װי העראאין אדער פענטעניל. ביים טרעפפונקט פון די צוויי איז אוואו א שטויס פון פארשידענע סייקעדעליק דראגס/מעדיצינען פאלן אריין, א שטייגער װי 150 אדער 10848א.

תוהף העפּס

די היסטאריע פון עמאציאנעלן געזונט (אדער תורת הנפש, װי עס איז אנגענומען עס צו

זייט 33

זייט 33
טעקסט (OCR)

רופן אין פרומערע קרייזן) איז רעלאטיוו ניי ביים היימישן ציבור. פאר צוואנציג יאר צוריק איז דער געדאנק פון גיין צו טעראפיע געווען היבש פרעמד. עס איז געוװוען עפעס פון וואס מ'האט נישט גערעדט ברבים, און עפעס וואס איז געווען רעזערווירט פאר א קליינעם צאל צעבראכענע נפשות. עס איז נישט געװוען קיין געהעריגע באוואוסטזיניגקייט ביים ציבור, און געפילן איז נישט געווען עפעס פון וואס מ'האט גערעדט אדער אדרעסירט, טעראפיע אדער מעדיצינען מאן דכר שמיה.

די מהפכה ביים ציבור אין דעם געביט ציט אוודאי שטריכן צו אן ענליכער רעוואלוציע ביי דער אלגעמיינער מערב געזעלשאפט, און דורך פארשידענע פּיאָנערן, א שטייגער וי הרב עי דזשעי טווערסקי וועלכער האט געהאט א פסיכאלאגיע קאלום אין "המודיע"; אריבער צו די ענגלישע מאגאזינען וי "משפחה" און שפעטער "עמי" - וועלכע האבן גענומען א בכוונה'דיגע מיסיע אריינצוברענגען מענטל העלט מושגים אינעם מעינסטרים; דער שפרודלדיגער מארקעט פון זעלבסט-הילף ביכער; ביז צו מאמענט'ס "נפשי" מאגאזין אין אידיש, און א גאנצע רייע אנדערע פארמאטן און פלאטפארמעס וועלכע האבן אויפגעעפנט דעם נושא ביים ציבור - איז די היימישע גאס אריבער א מאסיווע טראנספארמאציע וועלכע האט געשלאגן טיפע ווארצלען און געעפנט א נייע וועלט. גיין צו טעראפי האט צוביסלעך אנגעהויבן פארלירן איר טיפע סטיגמע, מענטשן זענען געווארן באוואוסטזיניג איבער

פארשידענע עמאציאנעלע געזונט פראבלעמען, עס איז געווארן נארמאל צו רעדן און אידענטיפיצירן אייגענע

שוואכקייטן, אישוס, פראבלעמען, אדער סתם געביטן אין װעלכע מ'קען זיך פארבעסערן.

אז א איזישע מאמע אין דער פארגאנגענהייט האט געליטן פון פּאָסט-פּאַרטום דעפרעסיע האט זי אפטמאל ניטאמאל געוואוסט אז עס האט א נאמען און אז עס איז א נארמאלע ערשיינוג. היינט אבער זענען רוב מענטשן באקאנט מיט דעם מושג און אסאך פרויען וואס וואלטן אינעם עבר געליטן און געשויגן מיט קאטאסטראפישע תוצאות - ווייסן היינט צו בעטן און באקומען די נויטיגע הילף און טריטמענט. אז א אינגל אין דער פארגאנגענהייט האט געליטן פון מתתס אדער אנדערע לערנען דיסעביליטיס, איז ער אין בעסטן פאל געווארן דעם מלמד'ס העלפער און אין ערגערן פאל האט ער געכאפט מכות רצח יאר איין יאר אויס. היינט אבער איז ב"ה דא א ריזיגער שינוי אין דעם נושא, און הונדערטער אויב נישט טויזנטער קינדער זענען נהנה פון א פארבעסערטן פארשטאנד איבער זייערע קלעמענישן און וויאזוי מ'קען זײי העלפן דערגרייכן זייער פאטענציאל.

די מהפכה האט אױיך געפירט צו א שפרודלדיגער אינדוסטריע פון פארשידענע סעמינארן, גרופעס, לעקציע סעריעס, טעראפיסטן, און מומחים אין תורת הנפש, אזש ס'איז דא היינט א ריזיגער אויסוואל פון אלע סארטן מהלכים און שיטות, וכלים מכלים שונים. פון יודל מעלבער'ס "להשיג" שיעורים ביז די קאנטראווערסיעלע "קול השופר" (ע52044 6מ} 04 6811) ווארקשאפס; פון יום טוב גלעזער'ס טסע [טעלעפאן] סעמינארן ביז די 140/06 10 867/טסן היפנאטעראפיע סעסיעס. די אויסוואלן זענען ענדלאז, יעדער מיט זיין אייגנארטיגן סטיל און דרך.

פארשטייט זיך אז אין א געמיינדע ואו אונזערע, װעלכע פלאגט זיך מיט שלאנג-אויל פארקויפער, שארלאטאנען, און

זייט 34

זייט 34
טעקסט (OCR)

סקעם ארטיסטן אין אלע געביטן, איז אויך דאס פעלד נישט איבערגעהיפט געווארן דורך אזעלכע וועלכע האבן געזען אינעם דארשט פאר זעלבסט-פארבעסערונג א געלעגנהייט צו מאכן אפאר דאלער אדער זאגאר אויפבויען א קולט, א שטיגער װי דער דערמאנטער [טעלעפאן] וועלכער איז ברייט באשולדיגט געווארן דורך קריטיקירער אלס אזינס. די פארלעסליכקיט און מעטאדן אין א זייט געלייגט, ווייזט זיכער די עצם עקזיסטענץ פון אזא עקספלאזיע פון אפציעס אויף א שטייגנדן פארלאנג פאר עמאציאנעלן געזונט.

סייסטבטעיסס

פונקט װי בי טעראפיע, איז ביי דער געשיכטע פון סייקעדעליקס ביים היימישן ציבור אויך גילטיג דער כלל אז "וויאזוי עס גו'אישט זיך אזוי איזישט זיך". סייקעדעליקס האבן א לאנגע און פארצווייגטע היסטאריע אין דער מערב וועלט. אנגעהויבן פון די פופציגער און זעכציגער יארן ווען סייקעדעליק סובסטאנצן װי 152 און סילאסייבין זענען שטודירט געווארן פאר זייער פאטענציאל צו היילן גייסטישע געזונטהייט פראבלעמען, דערנאך פון די זיבעציגער יארן און ווייטער ווען א שטארקע בעקלעש האט געפירט דערצו אז די אמעריקאנער רעגירונג האט געמאכט די סובסטאנצן אומלעגאל, און אריבער צו די לעצטע צויי צענדליג יאר וען די אינטערעסע ביי דער באפעלקערונג און בלי וויסנשאפטלער האט זיך צוריק אנגעצונדן. צווישן אנדערע האט דאס בוך 0} ששס1ן חמוזאן זטסץ 96מ082 פונעם ניו יארק טיימס זשורנאליסט מייקל פאלען געהאט גאר א שטארקע השפעה אויף דער אלגעמיינער

אמעריקאנער גאס צו מאכן סייקעדעליקס ווידעראמאל מעינסטרים.

פאלען, וװעלכער שריבט אין זין היבש-באלאנסירט און גוט-געפארשט בוך אז ער איז געקומען צו דער מסקנה אז ער קען נישט שרייבן איבער דעם נושא אָן אליין פרובירן און באקומען אייגענע ערפארונג דערין, האט געעפנט די װעלט פון נוצן סייקעדעליקס פאר א טערעפיואיק ציל פאר דער ברייטער אמעריקאנער באפעלקערונג, וועלכע האט ביז דאן אין מערסטנס טייל אסאסיאצירט סייקעדעליקס מיט דער "היפי" באװועגונג און רעקרעאשיוער באניצונג - עפעס וואס מ'נעמט װוי אלקאהאל אדער קאנאביס, נישט עפעס וואס מ'נעמט לתועלת.

1104 צטס? 082296 10 שוס11

דראגס ביים היימישן עולם איז זיכער אויך נישט פרעמד, אבער צום ערשטן מאל איז עס מער נישט קיין אונטער'ן-טיש ערשיינונג וואס רעבעלישע צענערלינגען טוען מחוץ למחנה, כאטש דאס פאסירט נאך אוודאי ווייטער. עס שיינט אז מיר האבן גענומען א טריט אין ריכטונג פון דאס אויסנוצן צום גוטן (על כל פנים לויט די וועלכע האלטן אז דאס איז א גוטע זאך). עס איז שווער צו זאגן גענוי ווען און וויאזוי דאס האט זיך אנגעהויבן. אין

זייט 35

זייט 35
טעקסט (OCR)

איר בוך 1:[טעלעפאן], שרייבט מעדיסאן מארגאלין (א קא:גרינדער פון 1600458 ענגעטפ 011606110ע15), אז דער זומער פון 1 איז ביי היימישע אידן געווען "דער זומער פון ליבע". מארגאלין קומט נישט פון קיײן פרומער שטוב, אבער זי האט פארברענגט אסאך פון איר ערוואקסן לעבן דרייענדיג אין די צירקלען פון היימישע סייקעדעליקס באנוצער, און איר בוך שילדערט אסאך פון די כאראקטערן וועלכע געפינען זיך ביי דעם עולם.

6 ;אט צאאץאס:

*46011אט א6ס185טא א =" א א 1 ז=ברוונטן- פנ

אנדערש װוי רעקרעאטיוון דראג באנוץ, איז טערעפיוטיק באנוץ געווענליך אונטערן אויפזיכט פון א מומחה בתורת הנפש (צומאל זעלבסט-געקרוינט און צומאל מיט א לייסענס כאטש היילן מיט רוב סייקעדעליקס איז עפ"ר נישט לעגאל). צענדליגער היימישע קאוטשעס און טעראפיסטן שלאגן היינט פאר צו געבן פאר קלענטן פארשידענע סובסטאנצן מיט'ן ציל צו היילן כל מיני מכאובי הנפש. אבער דאס אליין אז מענטשן ניצן פריוואטערהייט סייקעדעליק סובסטאנצן פארוואנדלט דאס נאך נישט אין א באוועגונג, נאר ס'איז דער אויפשטייג פון סייקעדעליק צערעמאניעס ואס האבן

ארויסגעברענגט דעם עסק פון א בין אדם למקומ'דיגער באשעפטיגונג צו א סעמי-פובליק פארנעם, מיט א פאטענציאל צו ברענגען א מהפכה ביי ברייטע חלקים פונעם ציבור.

דער עיקר סובסטאנץ וואס װערט היינט גענומען אין א גרופע פארמאט, איז אײייאַװאַסקא, א משקה וואס פארמאגט אין זיך דעם }א סייקעדעליק סובסטאנץ. עס זענען פארהאן הינט צענדליגער אייאַװאַסקא גרופעס פאר היימישע אידן, געפירט דורך היימישע אידן, מיט'ן ציל פון זעלבסט-וואוקס און היילנג. אין די צערעמאניעס, וועלכע דויערן געווענליך א גאנצע נאכט, זיצט מען מיט אן ערנסקייט און א שטיל שוייגעניש. מ'נעמט פון דעם געטראנק וועלכע פירט אריין דעם מענטשנ'ס מוח צו אנדערע גאלאקסיעס, און פון צייט צו צייט זינגט מען צוזאמען ניגונים המעוררים את הלב, ביז'ן עלות השחר ווען די אפעקטן הייבן אן אויסוועפן.

אויף פאפיר, זענען די פיזישע אפעקטן פון זיין "הויך" אויף 1זאתם אז מ'הייבט אן זען קאלירן שארפער און הערן מוזיק קלארער. דער דמיון פונעם מענטש צעשפילט זיך און אסאך זעען פארשידענע "מראות" פון א שטויס פון קאלירן, געאמעטרישע מוסטערן, און א וועלט וואס "אטעמט". דער מענטש פארלירט דעם חוש פון צייט און פלאץ - מינוטן זעען אויס וי שעה'ן און שעה'ן גייען פארביי אין מינוטן. עס איז נישט קלאר וואו דעם מענטשנ'ס גוף ענדיגט זיך און וואו עס היײיבט זיך אן די וװעלט (דער וויסנשאפטליכער טערמין דערפאר איז [טעלעפאן]). גיסטיש וװערט דעם באניצער'ס עמאציאנעלער סיסטעם גאר סענסיטיוו. ‏ אפטמאל דערמאנט מען זיך אלטע טראומעס (עכטע אדער פאנטאזירטע) און דער טרוקנסטער מענטש קען אויסברעכן

זייט 36

זייט 36
טעקסט (OCR)

אין געװין. אנדערע שפירן אן אומבאשרייבליכע פארלייכטערונג װי גלייך אלע צרות און עגמת-נפש צעגייען. אסאך

פארציילן איבער מיסטישע אדער ספיריטועלע ערפארונגען וועלכע זייער מוח צעשפילט.

דאס איז אלעס אויף פאפיר. וויאזוי עס שפירט באמת איז נישט מעגליך צו שילדערן. ערשטנס וייל עס איז איגנארטיג און אנדערש פון מענטש צו מענטש. צווייטנט, איז דאס װי גלייך מ'זאל בעטן א מענטש מסביר צו זיין וואס איז דער טעם פון א באנאנע. דאס איז אן "עקספיריענס" וועלכע די וואס זענען דאס אדורך זאגן אז ווערטער זענען צו ארעם דאס צו ערקלערן.

ייט

דער סייקעדעליק געטראנק װעלכע איז באקאנט אלס איאַװאַסקא איז "ערפינדן" געווארן דוררך שבטים וועלכע האבן געוואוינט אין די אמאזאנען בעפאר קאלומבוס האט אנטדעקט אמעריקע. פאר הונדערטער, אויב נישט טױזנטער יארן, האבן לאקאלע דאקטוירים און היילער געקאכט א געטראנק וועלכע באשטייט פון צווייגן און בלעטער, ערצייגנדיג א משקה המשכר המכונה בשם אײאַװאַסקא. די בלעטעו, פונעם 5ָל' 01114סץפק פלענט, פארמאגט אין זיך נאטירליכע /}אם, א שטארקער סייקעדעלישער סובסטאנץ. זתם פאר זיך גיבט א "טריפ" (װואו עס רופט זיך די ערפארונג וואס מ'האט נאכ'ן װוערן "הויך" אויף א דראג) וועלכע דויערט בלויז עטליכע מינוט. די צווייגן, פונעם "81516/102515ן 6מנט 2801ס", האט אין זיך א סובסטאנץ וועלכער פאראורזאכט אז די }אמ בלייבט שטעקן אין מוח פאר א לענגערער צייט.

אינאיינעם, פאראורזאכט א קלין לחיים-גלעזל פון אייאַװאַסקא א טריפ וואס קען נעמען עטליכע שעה'ץ.

א שאמאן גרייט צו די בלעטער און צווייגען צו אויפקאכן איײיאַוואַסקא

דער אייאַװאַסקא געטראנק איז געניצט געווארן דורך שאמאנען און ספיריטועלע היילער אין די אמאזאנען צו היילן מענטשן בגוף ובנפש. ביז'ן היינטיגן טאג זענען פארהאן אסאך רעליגיעזע שבטים אין דרום אמעריקע וועלכע סערווירן אייאַװאַסקא בתורת רפואה. אין די לעצטערע יארן איז די בשורה פון אייאַװואַסקא אנגעקומען אויך אויף אמעריקע, װאו עס איז געווארן פאפולער צוליב שמועות אז עס העלפט שטארק צו היילן פארשידענע מענטל העלט פראבלעמען א שטייגער װי דעפרעסיע, פּאָסט-טראומע סטרעס, און אדיקציע. אנהענגער זאגן אז אייאַװאַסקא גיבט פאר א מענטש צען יאר טעראפיע אין איין שאס. פארשטייט זיך אז דאס פעלד איז כמעט נישט שטודירט און עס איז שווער צו זאגן צי די בענעפיטן זענען טאקע דא, און עס איז נישט קיין וואונדער אז אסאך קריטיקירן שטארק די באועגונג. בנוסף, וויבאלד סייקעדעליקס טוישן פיזיש די סטרוקטור אין מוח, על כל פנים אױף א צייטוייליגן פארנעם, טענה'ן אסאך אז דאס צו נעמען איז

זייט 37

זייט 37
טעקסט (OCR)

א געוואלדיגע ריזיקע ווייל עס איז שווער פאראויסצוזאגן וויאזוי דאס וועט אפעקטירן דעם מענטש גייסטיש אינעם לאנגן טערמין.

ביי אידן איז זלמן שעכטער-שלומי, א געוועזענער ליובאוויטשער חסיד וועלכער איז אינספירירט געווארן פון די היפי באוועגונגען אין די זיבעציגערס, געווען פון די ערשטע אריינצוברענגען שאמאנען פון דרום אמעריקע צו פירן אייאַװאַסקא צערעמאניעס. א זיסע לעגענדע פארציילט אז ביי די צערעמאניעס לייגן די שאמאנען אויס פארשידענע רעליגיעזע ארטיפעקטן; זלמן האט געברענגט א שופר און דערפון געבלאזן בשעת דער צערעמאניע.

זלמן שעכטער-שלומי מיטן דאלי לאמא אין אינדיע

דאס איז געווען מיט פערציג יאר צוריק, אויב נישט מער. היינט איז דא א שפרודלדיגער היימישער מארקעט פון אידן שומרי תורה ומצוות וועלכע דינען אלס שאמאנען און סערווירן אייאַװאַסקא צו גרויסע גרופעס פון צוואנציג-דרייסיג מענטשן. די צערעמאניעס קומען פאר תמידין כסדרן, אזש עס לאזט זיך זאגן אז עס גייט נישט דורך קיין וואך אָן א צערעמאניע אין א היימישן לאקאל וי מאנסי אדער בארא פארק.

אויף קאווע שטיבל האט דער שרייבער "שמן למאור" געשריבן:

"כ'האב לעצטנס גערעדט מיט א חשוב'ן רב וועגן וויאזוי מען קען שפירן גאט. האט ער מיר בתוך הדברים מגלה געווען אז ער האט שון גענומען א שויפ אויף סייקעדעליקס. כ'רעד נישט דא פון עפעס א רעפארם ראבבי מיט א געשניצט בערדל, איך רעד פון א חשוב'ן רב, א גרויסער תלמיד חכם, מיט א פלאכן הוט, בעקישע אינדערוואכן, א לאנגע ווייסע בארד און קרייזלדיגע פיאות. הקיצול, מיט די גאנצע קלאפער געצייג.

לעצטנס איז עס געפערליך פאפולער, 04 מ|ג10סן{ איז אױיך זײער פארנומען דערמיט. ער האלט אין איין זאגן אז מען האט א 'רוחנות'דיגף" עקספיריענס װען מען נעמט דאס. אטעאיסטן האבן א גוד טיים מיט אים איבער דעם. איך האב גראדע מורא אז די סחורה האט אים קאליע געלייגט, ער איז עפעס אביסל פאררוקט לעצטנס.

למעשה האב איך שוין געהערט פון א געוויסן היימישן כופר וואס האבן עס פרובירט און געווארן א בעל תשובה נאכ'ן שפירן גאט. זעט אויס אז עפעס נעמט עס דעם מענטש אויף א געוואלדיגן רייד"."

מיין אייגענע אנעקדאטישע ערפארונג איז ענליך צו שמנ'ס. רבנים, חשוב'ע אידן, פני הציבור, זיצן אינאיינעם מיט אידן פון באלעבאטישע און ארבעטער קלאסן בי פארשידענע סייקעדעליק צערעמאניעס, מיט'ן ציל זיך צו היילן און צו וואקסן בנפש.

בטרטאמעיסס

אין רעטראספעקט איז נישט קיין וואונדער וויאזוי די היימישע וועלט איז אנגעקומען צו

זייט 38

זייט 38
טעקסט (OCR)

דעם פונקט. אז מ'קוקט אױף דער קאמבינאציע פון א באקוועמערן צוגאנג צו מענטל העלט בכלליות, די שטיגנדע אקצעפטירונג פון סייקעדעליקס אלס רפואה אין דער אלגעמיינער וועלט, דער אויפשטייג פון "ריטריטס" און סעסיעס, דער דארשט ביים עולם צו א מער פארפולנד לעבן, מיט א שפרינקל פון אבערגלויבן און צוטרוי - איז פשוט אז עס איז געווען בלויז א שאלה פון צייט בעפאר דאס װערט א פאפולערער טרענד ביים ציבור.

פאראיאר ערב שבועות האט דער טיילמאל-קאנטראווערסיעלער חסיד'ישער זינגער און ארטיסט ליפא שמעלצער, ארויסגעגעבן א מעסעדזש איבער זיין היילונג רייזע וואס ער איז אריבער, וואו ער מאכט א קלארן רעפערענץ צו די "הילינגס" אין וועלכע ער איז "געזעסן", און רעדט פון די פאזיטיווע אפעקטן ואס די רייזע האט געהאט אויף זיין קאנסעפציע פון זיך אליין, און וויאזוי ער האט דאס געניצט זיך צו היילן פון נאכאנאנדן אביוז וואס ער איז אדורך שוין פון אלס קינד.

ליפא זאגט אינעם ווידעא אז עס איז א שאד צו פרובירן צוצוטרעפן פון וועלכן סארט היילונג ער רעדט, אבער אפגעזען פון די ספעציפישער צערעמאניע און הייל-מיטל, איז דער פאקט אז א פראמינענטער פיגור וי ליפא רעדט ברבים צו שױיזנטער יוטיוב צוהערער איבער "הילינג" און צערעמאניעס א צייכן וי פארשפרייט דאס ענין איז.

בשעתו האט דער ווידעא פון ליפא געשלאגן ווארצלען סיי ביי אסאך וועלכע האבן זיך אידענטיפיצירט מיט זיינע ווערטער, בו בזמן וואס אסאך האבן אויסגעדריקט אנטריסטונג אז ליפא לופטערט ברבים פריוואטע מחשבות וואס באלאנגען צווישן אים, דעם רבוש"ע, און זיין טעראפיסט.

אבער ער עס קען אביסל די אפעקטן וואס די סובסטאנצן האבן אויף מענטשן, זעט תיכף דערין דעם מהלך המחשבה וואס אסאך באקומען נאכ'ן דורכגיין אן ערנסטן טריפ אדער צוויי. דער לעגענדארער גרינדער פון עפל, סטיוו דזשאבס, באקאנט אלס א חדשן עצום אין דער וועלט פון טעכנאלאגיע האט געזאגט אז, "נעמען 158 איז געווען איינס פון די וויכטיגסטע זאכן וואס כ'האב נאר אמאל געטון אין מיין לעבן. 158 ווייזט דיר א צווייטע זײיט פון דער מטבע, ואס מ'פארגעסט טאקע איינמאל דער אפעקט לאזט נאך, אבער עס גייט אריין אין די ביינער. עס האט אין מיר פארשטערקערט מיין געפיל איבער וואס איז באמת וויכטיג: ערצייגן גרויסארטיגע זאכן, אנשטאט מאכן געלט".

דזשאבס' אבזערוואציע איבער דעם כוח פון סייקעדעליקס צו עפענען דעם מוח אויף א פארנעם וואו קליינליכע פריאריטעשן װערן מינדערוויכטיג און דעם מענטשנ'ס פאקוס גייט אריבער צו העכערע און ברייטערע ענינים, איז א נקודה וואס אסאך וואס האבן דאס פרובירט דערמאנען אלס דער גרעסטער אפעקט פון זייער ערפארונג. מאיזה סיבה שהיא פאלן אוועק אסאך "בלאקעדזשעס", די פחים קטנים וועלכע שטערן און נודזשען א מענטש אין קאפ, און עס ערלויבט אים זיך אפצולאזן פון זיי און זייך קאנצענטרירן אויף וואס עס איז אים באמת וויכטיג; קוקן אויפ'ן ברייטערן בילד.

מאידך גיסא איז דאס עפעס וואס אסאך קריטיקירער ניצן צו צייגן װוי שעדליך עס קען זיין. "טריפערס" איז א ווארט וואס ווערט געניצט אין א נאגאטיווער קאננאטאציע צו באצייכענען איינעם ואס פארלאזט אינגאנצן דעם דרך ארץ פון ארבעטן על המחיה ועל הכלכלה און א סטאבילן לעבנסשטייגער, נאכצולויפן א מ'כלומר'שט

זייט 39

זייט 39
טעקסט (OCR)

העכער לעבן. דזשאבס אליין איז באקאנט אלס איינער וועלכער האט געהאט אסאך מאדנע מיינונגען און געפיראכצער, און זיין איבערצייגונג אז ער קען היילן זיין קענסער מיט'ן טוישן זיין דיעטע האט ענדגילטיג געפירט צו זיין פריצייטיגן טױט. עס איז נישט מוכרח אז דאס איז געקומען פון זיין פאסט-סייקעדליק טויש אין מהלך המחשבה, אבער עס איז שטארק יתכן. ספעציעל אויב נעמט מען דזשאבס ביי זיין אייגן ווארט.

בצור פּעעסטעב יט פעאר אסכ אױב איז טאקע דא א ואקסנדע

פאפולעריטעט פון סייקעדעליקס בכלל און אײיאַװאַסקא בפרט ביים היימישן ציבור, האט דאס מעגליך דער פאטענציאל צו פירן צו א מהפכה אױף א מאסטשטעבליכן פארנעם. דער פאטענציאל פאר טאלעראנץ און ברייטקייט וואס דאס ברענגט אריין ביי אינדיווידועלע מענטשן, אינאיינעם מיט דעם קולטורעלן פאקוס ביי די סארט מענטשן וועלכע נעמען אנטײל אין אזעלכע צערעמאניעס נאכצולאזן פון די אינערליכע שדים און אריינלאזן ליכטיגקקייט און ליבליכקייט אין הארץ, איז נישט עפעס וואס קען גענומען ווערן לייכט. דער פאזיטיווער טויש אין יחידי'שע לעבנס קען - אױב פאסירט דאס אױף א געזעלשאפטליכן פארנעם - האבן א פלאטערל אפעקט צו טוישן אסאך פון אונזערע געזעלשאפטליכע מיחושים.

דער אמת איז אז דר. טימאטי ליערי, א קוריאזער (אסאך וואלטן געזאגט משוגענער) פיגור וועלכער איז געווען פון די הויפט פיאנערן פון 150, האט שױן פאראויסגעזאגט אין די זעכציגער יארן אז אויב װעלן אלע מענטשן אויף דער וועלט אייננעמען א דאזע 18 װעט דאס ברענגען וועלטליכן שלום... לעצטנס האב איך געליינט אן אקאדעמיש פאפיר איבער דעם כוח פון אייאַװאַסקא צו זאגאר ברענגען שלום צווישן די ישראלים און די פאלעסטינער.

מיין פאראויסשאצונג איז אפשר פונקט אזוי לעכערליך װי ליערי'ס, אבער לאידך גיסא שלאג איך נישט פאר מ'זאל אריינמישן 158 אין די מַצות פאר אלע רבנים, מנהלים, ראשי ישיבה, און עסקנים, און עס װועט פירן צו אן עולם התיקון (כאטש וואס דאס װעט זיכער פירן צו סדרים וואס אלע סדרים פון אלע עמי-הארץ דורכאויס אונזער היסטאריע הינטער וועמענ'ס פענסטער מ'האט זיך געשטעלט כדי מיטצוהאלטן די תמימות און ריינקייט, קענען זיך דערפאר פארשטעקן...)

בסך הכל צייג איך אָן אז דער טרענד ביים עולם זיך צו היילן, דאס ווילן צו פירן א מער געזונט לעבן, און דאס באנוץ פון אזא מאכטפולן געצייג װי סייקעדעליקס דאס צו עררייכן, איז נישט עפעס ואס מ'קען איגנארירן. עס איז עפעס וואס אפעקטירט הונדערטער אוב נישט טויזנטער מענטשן אין אונזערע רייען, און עס װעט זיין גאר אינטערעסאנט נאכצופאלגן די געזעלשאפטליכע השפעה וואס דאס גייט מעגליך האבן.

זייט 40

זייט 40
טעקסט (OCR)

אײַסטסיוסָע איז א פלאטפארמע געווידמעט פאר תורה, מחשבה, קונסט, פאעזיע און אידישער ליטעראטור פון העכסטער קוואליטעט. איר קענט זיך פארבינדן מיט דער רעדאקציע דורך שיקן אן אימעיל צו עס.66110:[טעלעפאן]

זייט 41

זייט 41
טעקסט (OCR)

חִבְאָת ועוצֶער תָ *;וְמצָו שי שי ור

איזי פאזען . ערב פסח תשפ"ד 408

מיין ציל צו לערנען אידישע קינדער סייענס

"נָתַתִּי אֶת-לבִּי, לְדְעֵת חָכְמָה וְלָרְאוֹת אֶת-הָעַנין, אֲשֶׁר ַעֲשֶׂה עַל-הָאָרֶץ (קהלת ח:טז).*

ען איך בין אַלט געווען זיבעצן יאָר | יי איך אַנטדעקט די װעלט פון

װיסנשאַפט און סייענס. אַלס אַ חַסִידִישֶׁע אינגל װאָס איז געגאנגען נאָר אין פרומע, חַסִידִישֶׁע מוֹסְדוֹת, האָט מען מיך אויסגעלערנט אַז דאָס סאַמע שפּיץ פון חָכְמוֹת הָעוֹלֶם איז דאָס װאָס חַזַּ"ל קענען אויסרעכענען פַּיי (ח), און אַז דער הייליגער זוהר זאָגט שוין אַז די וועלט איז רונדיג, נאָך פאַר אַלע ווֹישֶׁע תַכְמִים האָבן דאָס אױסגעטראָפן. איך בין געװען דער אױיבער-חָכֶם פון כיתה וויבאלד איך האָב געקענט מַסְבִּיר זיין פּאַרװאָס עראָפּלאַנען פאַלן נישט "אַראָפּ" אויפן װעג קין

אױסטראַליע. מֹשָׁה יאנקל, מיין חַבְרוּתָא, און דער עִילוּי פון יְשִׁיבָה, האָט ביי די זעכצן ערשט אױסגעטראָפן אַז דער כַּדוּר הָאָרֶץ איז טאַקע אַ כַּדוּר און נישט פלאַך. אַ ליטוואַק געווען, אַפְּנִים נישט געלערנט קיין זוֹהָר.

אָנגעפאַנגען האָט זיך דאָס פאַר מיר מיטץן אַנטדעקן דעם סֵפֶּר הַבְּרִית. אין אֶמֶת'ן אַרײן האָט דער רְבִּי זְכוּתוֹ יָגִֵן עָלֵינוּ נישט געהאַלטן פון דעם אַז בָּחוּרִים זאָלן זיך פּאַרקוקן אין אַזעלכע סְפָרִים, אָבער אין יְשִׁיבֶה האָב איך געטראָפן אַן אַלטן באַנד, שטויב האָט עס געזאַמלט, און איך האָב דאָס שוין פון די הענט נישט אַרױסגעלאָזט. היינט איז דער סֵפֶּר אין יְִשִׁיבֶה שוין לאַנג נישטאָ. װער

זייט 42

זייט 42
טעקסט (OCR)

ווייסט צי ס'האָט בִּכְלַל זוֹכֶה געווען קומען צו קֵבֶר יִשְׂרָאֵל אין שֵׁמוֹת אַרין. אֶמֶת, דער מְחַבֶּר איז געווען אַ איד אַ יָרֵא שָׁמַיִם, ס'האָט אַפִּילוּ אַ הַסְכָּמֶה פון הייליגן חַתֵַם סוֹפֶר אַלײן! אָבער שֵׁאנִי מִינוּת דְמָשָׁכִי. און אַז נישט מִינוּת, איז אַבִיזָרֵהוּ דְמִינוּת. מיט פייער שפילט מען זיך נישט! איר ווייסט שוין וואס איך מיין.

די שָׁדִים און מַזִיקִים, די שֵׁמוֹת הַקְדוֹשִׁים און די כּוֹחוֹת הַטוּמְאָה װאָס האָבן דאָמינירט די ליין-מאַטעריאַל פון מיין יוגנט, האָבן אין מיר געפאָרעמט אַזאַ הַשִּׁקָפַת עוֹלֶם, אַ צִיוּר פון דעם מְהוּת, װאָס איז גאָר אומאָפּטײטשבאַר, גאָר מיסטעריעז. העכערע זאַכן. דו ווייסט דען עפעס װיאַזױ דער אייבערשטער פירט זיין וועלט? דו האָסט דען אַ מוּשֶׂג װאָס ס'טוט זיך אָפּ אין די עוֹלְמוֹת הָעֶלְיוֹנִים? די מִלְחֶמֶת הָאוֹר בַּחוֹשֶׁך: ס'איז אַלץ הַשְׁפְּעוֹת, צִינוֹרוֹת! װאָס ס'שוט זיך אָפּ דאָ אונטן איז דאָך נאָר אַ צֶל, אַ שאָטן, פון דְבָרִים שֶׁכִּסְאָם עַתִּיק יוֹמִין.

דער מחבר

באַלד האָב איך אין מיין שװועסטער'ס לערן-ביכל באַגעגנט נְיוּטָאנ'ען. מיט מיידלעך איז דאָך כְּאִילוּ מְלַמְדוֹ תֵּיפְלוֹת, שאַדט נישט אַז מ'פילט זי אַביסל אן די צייט מיט חָכְמָה בַגוֹים תַּאמִיץ - געכַּשְׁרֹיט, צענזורירט, פאַרשטייט זיך. האָב איך דאָרטן אַנטדעקט דאָס פאָלגנדע שטיקל תּוֹרָה.

רַבֵּינוּ נִיוּטָאן זאָגט אַזױ: מיר ווייסן דאָך שוין אַז אויפ'ן כַּדוּר הָאָרֶץ איז דאָ א כֹּחַ הַמְשִׁיכָה, דער גראַוִויטִי. גאַלילעאָ האָט שױן אויסגעפונען עַל פִּי עקספּערימענט, אַז דאָס שלעפט אַלץ צו זיך מיט אַן אייניגע פאַרשנעלערונג: גרויסע, וועגעדיגע חַפָצִים, מיט קליינטשיגע גַם יִחַד, אוב דו לאָזט זי אראָפּ אין דער זעלבער רגע, דערגרייכן זי די ערד בֹּאוֹתָה שֶׁעֶה מַמֶשׁ (ווען ס'נישטאָ קיין קעגנשטעלנדע לופט). איז דאָך אַ פְּלָא. איינס וועגט דאָך פיל מער פונעם צווייטן, װאָס מַחְמַת דעם האָט רַבֵּינוּ אַרִיסְטוֹ טאַקע געהאַלטן פּונקט קאַפּױער? אָבער הֵלָכֶה כְבַתְרָאי.

גאַלילעאָ

קומט ניוטאָן און זאָגט אַזױ: פאַר אַ גרויסע חָפְצָא דאַרפסטו האָבן מער כֹּחַ אים צו רירן פון אָרט - וויבאלד ער האָט מער אינערציע. ממילא ‏ כאטש סאיז אֶמֶת אַז די גראַװיטעטישע קראַפט ווירקט שטערקער אויף דער מאַסיװוער חֶפְּצָא, דארף מען אבער מֵעִיקָרֶא טאקע האָבן מער קראַפט אים צו רירן פון ארט און אים שלעפן צו דער ערד. מצד שני, דער קליינטשיגער חפץ ועגט טאַקע ווייניגער, אָבער ס'דאָך גרינגער אים צו שלעפן. דערפאַר ווען ס'קומט צום פאַלן, פאַלן זי אַלע אייניג.

בום! אַ חִידוּשׁ! און דאָס איז אַזאַ עלעגאַנטער חִידוּשׁ, אַז אַ פופצן יעריג קינד װאָס קען

זייט 43

זייט 43
טעקסט (OCR)

אַביסל אַלגעבראַ קען דאָס מוֹכִיחַ זיין פון ניוטאָנ'ס צווייטן געזעץ פון באַועגונג, מיט צוויי דריי שׁוּרוֹת מאַטעמאַטיק (זע קעסטל).

אייזעק נְיוּטָאן

אַ חֵפֶץ מיט אַ מאַסע חז אין אַ גראַוויטעטישע פעלד מיט שטאַרקײט 0, האָט אַ װאָג: (1) 9 = ש

ניוטאָ'ס צווייטע געזעץ פון באַװעגונג איז:

אַ חֵפֶץ מיט אַ מאַסע זח, װאָס שפּירט אַ כֹּחַ /, פאַרשנעלערט זיך מיט,

צוויי חַפָצִים 1 און 2 האָבן, באַזונדער, מאַסעס 704 און 8חז. זייערע װאָג זענען,

99" =גש 9פח = מ'ש

װאָג איז אַ כֹּחַ, דערפאַר קען מען מְמֵלֵא-מְקוֹם זיין /// מיט 7. צוזאַמלײגנדיג (2) מיט (3), באַקומען מיר,

4 = 1040 = 4 מסמוז = (מ8װד= 8

וואו 64 און 68 זענען די פאַרשנעלערונגען פון 4 און 2 באַזונדער. די /ז קען מען מְבַטָל זיין פון ביידע זייטן פון די גלייכונגען. בלייבן מיר איבער מיט,

דאָס הייסט אַז,

זייט 44

זייט 44
טעקסט (OCR)

האָבן מיר מוֹכִיחַ געווען אַז נישט קיין חִילוּק די מאַסע פון אַ חָפָצ, װעט עס אייביג פאַלן מיט די זעלבע פאַרשנעלערונג אונטער גראַוויטי.

זאַ שטיקל חָכְמֶה איז פאַר מיר געווען

כְּמַיִם קָרִים עַל נֶפֶשׁ עֵיֵפֶה. ס'איז אַן

= אַנדערע וועלט. ס'איז אַ ראַציאָנאלע

וועלט, אַ װעלט װאָס מ'קען פאַרשטיין,

מ'קען באַשרײבן, מ'קען פאָרשן. אַז ס'איז יֵשׁ

מַנְהִיג לַבִּירֶה, איז עס דאָך נישט סְתַּם אַ

װעלט; ס'איז דעם באַשעפער'ס וועלט! דאַרף

מען אים דאָך אַוַדְאַי פרובירן צו פאַרשטיין, ס'דאך מַעשִׂי אֶלוֹקֵינוּ אַליין!

אַ מענטש דאַרף קענען זיין וועלט, זיין וואױנאָרט. הַחְלְטוֹת מאַכט מען אין לעבן באַזירט אויף די רעלעװואַנטע פאַקטן. װיאַזױ זאָל איך לעבן מיין לעבן? װאָס זאָל איך גלייבן? כְּדִי צו ענטפערן די שֵאלוֹת דאַרפסטו זיך באַקענען מיט'ן לעבן, זיך באַקענען מיט דער וועלט. דו דאַרפסט וויסן װאָס ס'גייט פאָר, וויאזוי זאַכן אַרבעטן.

אֵין מִקְרֶה בָעוֹלֶם. ס'זענען דאָ חוּקִים וּמִשְׁכָּטִים װאָס לוט זייערע געזעצן פירט זיך די וועלט. האָב איך אַלס בְּחוּר געלערנט די געזעצן מיט דורשט. אַמאָל זיך אריבערגעכאַפט צום ביבליאָטעק, אַמאָל אריינגעשווערצט אַ סַפָר'ל טאַקע אין יְשִׁיבָה אַריין, האָר איך אָנגעהױבן צו לערנען איבער די דְבָרִים הָעוֹמְדִים בְּרוּמוֹ שָׁל עוֹלֶם. איך האָב געלערנט וועגן אַטאָמען, וועגן ליכט, וועגן מאַקסװעל און איינשטיין - די גְדוֹלִי הַדוֹרוֹת, װאָס זייערע חִידוּשִׁים האָבן אויפגעלויכטן אַ וועלט.

מאַקסװעל

דאַן האָב איך געלערנט וועגן פאַראייניגונגען אין פיזיקס. דאָס איז ווען צוויי באַזונדערע געזעצן קומען זיך צוזאַם, וְהָיוּ לְבָשָׂר אֶחָד. פְּשֵט איז, אַז בִּמְקוֹם סזאָל זיין צװיי באַזונדערע געזעצן װאָס ערקלערן באַזונדערע הִתְנַהַגוּתֶ'ער אין דער וװעלט, ווערן יעצט די צוויי פאַרשידענע ערשיינונגען ערקלערט מיט איין, פְּשוּט'ן געזעץ. אָט איז אַ ביײישפּיל:

במשך לאַנגע יאָרן האָט די מענטשהייט געוואוסט פון דער ערשיינונג פון מאַגנעטיזם - דאָס אַז מאַגנעטישע מאַטעריאַלן ציען צו זיך און שטופּן אַװעק פון זיך געוויסע זאכן. מ'קען באַשרײבן די געזעצן פון מאַגנעטיזם, צו פאַרשטיין און פאָראױיסזאָגן װיאַזױ די מאַטעריאַלן װעלן זיך אויפפירן אין פאַרשידענע מַצָבִים.

אין די ת"ק יאָרן (אַכצנטן יאָר-הונדערט) האָט מען אָנגעהױיבן אויסטרעפן וועגן וויאזוי צו ניצן די קראַפּט פון עלעקטריע. שפעטער האָבן מענטשן אזויווי דער ענגלישער מייקל פאַראַדעי אַנטדעקט די חוּקִים פון דער נייער קראַפט, און זיי האָבן באַלד באַמערקט אַז דאָס האָט אַ גאָר נאָנטע שֵׁייכוּת מיט מאַגנעטיזם. װי אימער ס'מאַכט זיך אַן

זייט 45

זייט 45
טעקסט (OCR)

עלעקטרישע קראַפט, טרעפט מען דאָרט אויך מאַגנעטישע ערשיינונגען. װאָס איז כְּשֵׁט?

פאַראַדעי

איז געקומען דער סקאָטישער מאַקסװעל, אין די תר"כ יאָרן (די 18605) און ער האָט אויפגעוויזן מאַטעמאַטיש אַז די צװי קראַפטן - עלעקטריע און מאַגנעטיזם - זענען בְּאָמֶת צוויי זייטן פון דער זעלבער קראַפט: וועלכע מיר וופן הינט 'עלעקטראָמאַגנעטיזם'. מיט אַ פּאָר עלעגאַנטע גלייכונגען (עקװועישאָנס) האָט ער באַשריבן פינקטליך די געזעצן פון דעם קראַפט. דאָס איז אַ פאַראייניגונג - פון צוויי קראַפטן איז געװאָרן איינס.

אָבער מיט דעם ענדיגט זיך נישט אונזער מַעֹשֶׂה. פיזיקער האָבן גלייך באַמערקט אַז די עלעקטראָמאַגנעטישע קראַפט האָט אַ שנעלקייט װאָס איז אַ באַקאַנטע נומער - ס'איז דער זעלבער נומער װוי די געמאָסטענע שנעלקייט פון ליכט.

במשך פילע דוֹרוֹת האָבן זיך פיזיקער ארומגעקריגט איבער דעם מְהוּת פון ליכט, זֶה אוֹמֵר אַז דאָס איז אַ פּאַרטיקל (אַ טיילכל, אַ חֶלְקִיק) וְזֶה אוֹמֵר אַז דאָס איז אַ כװאַליע. יעצט איז אָבער קלאָר געװאָרן װאָס דאָס איז: ליכט איז טאַקע די כװאַליע װאָס טראָגט אויף זיך די עלעקטראָמאַגנעטישע

קראַפט! ליכט האָט די זעלבע שנעלקייט וי עלעקטראָמאַגנעטיזם, טאַקע דערפאַר װאָס הַיינוּ הַרו! ליכט איז אַן עלעקטראָמאַגנעטישע כװואַליע.

אַ דריטע פאַראייניגונג! אַמאָל איז געווען מאַגנעטיזם, עלעקטריע, און ליכט. היינט איז דאָ עלעקטראָמאַגנעטיזם װאָס איז כּוֹלֶל אַלעס. שְׂפָתַיים יִשֵׁק. און אױף דער אַנטדעקונג האָט דער באַרימטער איינשטיין - אַ דייטשער איד - באַזירט זיין טעאָריע פון רעלאַטיװוױטעט. אָבער דאָס װעלן מיר לאזן פאַר אַן אַנדערס מאָל.

אלבערט איינשטיין

דאָס אַז דריי באַזונדערע כֹּחוֹת הַטֶּבַע קומען זיך צוזאַמען אין איינס, ווייזט אויפ'ן כֹּח פון די טעאָריעס זיך צו דערגרונטעווען צו אַ טיפן אֶמֶת פון די שוֹדוֹת הַבְּרִיאָה. אונזערע טעאָריעס װאָלטן געקענט אֶפְּשֶׁר זיין פאַלש, אָדער א טָעוּת, אָבער דאָס אַז גאַנץ באַזונדערע ערשיינונגען זאָלן זיך צוזאַמקומען אַזױ שיין, און ערקלערט ווערן דורך איין קראַפט און איין טעאָריע, צייגט אויף אַ טיפערן אָמָת.

ערשט יאָרן שפעטער, שוין זייענדיג אין יוניווערסיטי שטודירנדיג פיזיקס און פילאָזאָפּיע, האָב איך געלערנט איבער דער פערטער פאַראייניגונג אין דער געשיכטע. אין די תר"צ (דרייסיגער) יאָרן האָבן פיזיקער

זייט 46

זייט 46
טעקסט (OCR)

אָנגעהױיבן צו באַשרײבן אַ דדיטע קראַפט: די "שװואַכע נוקלעאַרע קראַפט". דאָס איז די קראַפט װאָס איז אַחְרְאִי ‏ אויף ראַדיאָ-אַקטיװױטעט, און איז די קראַפט אויף װאָס די אַטאָמישע באָמבע איז באַזירט. אין די תש"כ יארן (די זעכציגער יאָרן) האָבן פיזיקער, וּבֵינֵיהֶם דער אידישער סטיוען וויינבערג, פאַראייניגט די שװאַכע נוקלעאַרע קראַפט, מיט דער עלעקטראָמאַגנעטישער קראַפט, און זיי האָבן געוויזן אַז די ביידע קומען פון איין קראַפט, וועלכע ווערט גערופן די עלעקטראָ-שװאַכע קראַפט. אַלס אַנערקענונג פאַר דער אַנטדעקונג, האָבן זיי באַקומען דעם נאָבעל-פּרײז אין פיזיקס אין תשל"ט (1979).

סטיווען וויינבערג

איך האָב אַ חָלוֹם. איך האָב אַ חָלוֹם אַז חַסִידִישֶׁע קינדער, חַסִידִישֶׁע אינגלעך, זאָלן אויך קענען עסן פון דעם עֵץ הַדֵעת, און טרינקען פון דעם נַחַל נוֹבַע חָכְמָה. די געשיכטע פון סייענס איז נאָך פּונקט אַזױ אינטערעסאַנט, פּונקט אַזױ שפּאַנענד וי די אַװאַנטורעס פונעם פּראַגער גוֹלֶם, אָבער לא כְמוֹתֶָם איז עס נאָכדערצו אֶמֶת אויך.

דאָס ביסל סייענס װאָס אַ אינגל אין חֵדֶר לערנט שוין אֶפְשֶׁר יאָ, לערנט מען אים אויס אויף ענגליש, אַ שפּראַך װאָס איז נישט זיינס. מיט דעם זאָגט מען אים אַז וועלטליכע

װיסנשאַפט איז נישט עפּעס װאָס געהערט צו אים. דאָס איז בְּאֶמֶת דעם גוֹייס, װאָס ער איז טוֹעֵם דערפון געבאָרגטערהײיט, בְּשַעת הַדְחַק, כְּאִילוּ כְפָאוֹ שֵׁד. אָבער סייענס איז נישט עפּעס װאָס באַלאַנגט צום גוֹי. דאָס איז אַלװעלטליכע װיסנשאַפּט װאָס באַשרײבט אונזער וועלט און אונזער פּלאַץ אין איר. איז פאַרװאָס זאָל מען נישט קענען עוֹסֵק זיין אין די דְבָרִים נִשְׂגָבִים אין אונזער היימישער, אידישער שפראַך?

הוּא מוֹתִיב לָהּ וְהוּא מְפַרֶק לָהּ. האָב איך הַקָטֶן אָנגעגאַרטלט מיינע לענדן און אָנגעהױיבן די עַבוֹדַת הַקוֹדֶשׁ פון אויסלערנען אידישע קינדער חָכְמֶה. און ווען ס'קומט צו חָכְמוֹת הָעוֹלֶם, זענען מיר אלע - קינדער און דערוואַקסענע צוגלייך - כְּתִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבֶּן. מיר, װאָס לֹא זָכִינוּ אַז מ'זאָל אונז אויסלערנען די אלע זאַכן אַלס קינדער, האָבן נאָך די פרישקייט און ניגעריגקייט און דורשט איינצוזאַפּן די וואונדערליכע יְדִיעוֹת.

ווען איך האָב פאַר צוויי יאָר צוריק מַכְרִיז געווען אַז איך שטעל צוזאַם אַ קורס אין פיזיקס אויף אידיש, האָב איך מיך נישט געראָכטן אוף אַזאַ ‏ ענטװיאַסטישע אויפנאַמע. דער ואַרעמער אויפרוף פונעם עוֹלֶם האָט מיר געגעבן אַ גאָר גרויסן חִיזוּק אָרײנצולײגן מער צייט און כֹּחַ אין דעם פּראָיעקט. ס'איז פאַראַן ביים צִיבּוּר אַ גרויסע דורשט צו לערנען און פאַרשטיין מער סייענס, און צו אַנטװיקלען די שפּראַך אַז מ'זאָל קענען רעדן וועגן די עִנְיֵינִים אין אידיש.

די ערששע פּאָר װידעאָס אינעם קורס זענען שוין פאַרעפנטליכט געװאָרן אויף יוטיוב אויף מיין טשענעל (מ2096 1227), װי אויך קען מען אַראָפּלאָדענען די סליידס, זי אַרױסצודריקן און ליינען - אֶפְשֶׁר איבער שַׁבָּת. מיט'ן חִיזוּק און שטיצע פונעם צִיבּוּר,

זייט 47

זייט 47
טעקסט (OCR)

װעל איך קענען מַמְשִׁיך זיין צו פּראָדוצירן מער שִׁיעוּרִים אין דער סעריע און זײי פאַרעפנטליכן בְּחִינָם לְזִיכוּי הָרַבִּים.

לאָמיר זיך אומקערן צו ניוטאָנ'ען. אונז האָ'מיר געזען װיאַזױ ניוטאָן האָט הַסְבִּיר געווען די הֶתְנַהֲגוּת פון גראַװיטי דאָ אויפ'ן כַּדוּר הָאָרֶץ מיט זיינע געזעצן פון באַוועגונג. מיט אַ הונדערט יאָר פריער האָט דער מאַטעמאַטיקער קעפּלער אַנטדעקט אַז דער מְהַלֶךְ פון די פּלאַנעטן אַרום דער זון פאָלגט נאָך דריי פינקטליכע געזעצן. װי שנעל זײ דרייען זיך אַרום דער זון, װוי ווייט זיי דרייען זיך, דאָס איז גאָרנישט קיין מִקְרֶה. הַלֹא דָבָר הוּא!

זאָגט ניוטאָן אַזױ: גראַװיטי איז נישט עפעס אַ כֹּחַ װאָס הערשט נאָר אויפ'ן כַּדוּר הָאָרֶץ. פאַרקערט, דאָס איז אַן אַלוועלטליכער כֹּחַ: יעדער חֵפֶץ מיט מאַסע (שטאָף) ציט צו זיך יעדן אַנדערן חֵפֶץ מיט מאַסע. און ניוטאָן האָט מאַטעמאַטיש באַשריבן דעם געזעץ. וְהְנֵה, און אָט, דער געזעץ צוזאַמען מיט די

געזעצן פון באַוועגונג, זענען פּינקטליך מַסְבִּיר פאַרװאָס דער מְהַלֶך פון די פּלאַנעטן פאָלגט נאָך קעפּלער'ס געזעצן. די פּלאַנעטן ווערן צוגעצויגן צו דער מאַסע פון דער זון, און דער געזעץ פון אַלוועלטליכע גראַװיטאַציע זאָגט אַז ווען זיי ווערן אַזױ צוגעצויגן װעלן זי זיך אויפפירן פּונקט אַזױ וי קעפּלער האָט אויסגעפונען מיט א פּאָר דוֹרוֹת פריער.

נאָך אַ פאַראייניגונג! מיר האָבן אָנגעהויבן מיט אַן אַנטדעקונג פון גאַלילעאָ וועגן חַפָּצִים װאָס ווערן צוגעצויגן צו דער ערד. דאָס האָט ניוטאָן מַסְבִּיר געווען מיט זיינע געזעצן פון באַוועגונג. די צוויי טעאָריעס - באַװעגונג און גראַװיטאַציע - זענען דערנאָך צוזאַמגעקומען אין אַן אַלװעלטליכן געזעץ פון גראַװיטאַציע, װאָס איז מַסְבִּיר סיי דאָס װאָס גייט פאָר דאָ בָּעוֹלֶם הַתַּחְתּוֹן, און סיי דאָס װאָס גייט פאָר מיט די צְבָאוֹת הַשָׁמַיִם. נִיכָּרִים דִבְרֵי אֶמֶת!

זאָל מען זוֹכֶה זיין אַז ס'זאָל מְקוּיִם ווערן "וּמֶלְאֶה הָאָרֶץ דֵעֶה ... כַּמַיִם לַיִם מְכַסִים!ּ"

אוײַסטסהוס איז א פלאטפארמע געווידמעט פאר תורה, מחשבה, קונסט, פאעזיע און אידישער ליטעראטור פון העכסטער קוואליטעט. איר קענט זיך פארבינדן מיט דער רעדאקציע דורך שיקן אן אימעיל צו עסס.[טעלעפאן]

זייט 48

זייט 48
טעקסט (OCR)

עגיעתן

אט סועור מן ניבוצס פעפטיניקוס

= יג. - ערב פסח תשפ"ד

יט אפאר יאר צוריק האר איך געזען

אינעם 'שבת בלעטל' (9) װי א

שרייבער האט סאטיריש אראפגעלייגט דרייצן 'נייע' עיקרים וויאזוי אָלטראַ-ארטאדאקסישע/חרדי'שע אידן האבן היינט צוטאגס װױדער-דעפינירט' דאָגמעס אין אידישקייט. דער צװייטער 'עיקר' דארט איז געווען אז עס זענען נישט דא קיין רעות בעולם און יעדעס פורעניות וואס קומט פאָר וואו אימער אויף דער וועלט איז אך ורק בשביל ישראל. דאס האט ארויסגעברענגט דעם געדאנק װי חרד'ישע אידישקייט כהיום לייגט א געװיכט אז די איינציגע ברואים אויף דער וועלט וואס מאכן אויס זענען נאר אידן; אנדערע מענטשן וכ"ש ברואים מאכן לגמרי נישט אויס - נישט בײי אונז און נישט ביי הקב"ה.

דאס האט מיך דעמאלט געמאכט טראכטן אז די אומריכטיגע קאנסעפציע איז בעצם נאך טיפער. דאס איז ווייל דורכאויס רוב פון איר היסטאריע, האט זיך פארץ מענטשהייט בכלל געדאכט אז זי איז דער צענטער פון דער בריאה און אלעס דרייט זיך ארום איר. דאס דערקענט זיך אין װי אזוי רעליגיעס איבער דער וועלט האבן זיך פארמולירט, און װי אזוי די געטער - און עװענטועל דער איינציגער מאַנאָטעאיסטישער גאט - געבן זיך אפ און דרייען זיך בעיקר ארום דעם מענטש און זיינע מעשים. אפילו ווען דער מענטש איז שוין געווארן מער פארגעשריטן און האט זיך שוין גענומען פארשן, האט זיך די פּאראדיגמע ווייטער אפגעשפיגלט אין זיין קאסמאלאגישער קאנסעפציע. אפילו נאכדעם וואס מ'איז אויסגעוואקסן דעם בּבלי'שן מאדעל וואו די וועלט איז פלאך און

זייט 49

זייט 49
טעקסט (OCR)

דער הימללוען) וצבאיה זענען װי א כיפה/רונדיגער דאך וואס נעמט איר ארום, צו דער מער-פארגעשריטענער 'פּטאָלעמעאישער' קאנסעפציע, ואו די וועלט אליין איז רונדיג און די איבריגע צבאים זענען בגלגלים (געוופן דער "דזשיאָסענטריק מאדעל") - האט אבער דער אויבן-דערמאנטער וועלט-אויסקוק נאך אלץ אנגעהאלטן: אונז, און דער כדור הארץ, זענען דער סאמע צענטער, וממילא עיקר, פון דער בריאה - אלעס אנדערש איז ארום 'איר' און 'אונז'.

דעם אױסקוק קען מען איך זען אפגעשפיגלט אין טייל ראשונים וואס האבן טאקע עוסק געװען בתור מדע אין די קאסמאלאגישע מאדעלן, װי למשל דער רס"ג אין ספר האמונות והדעות בריש מאמר ד' (עיין ג"כ בכוזרי מאמר ד' אות ט"ו). דאס איז דעונאך און כהיום געוארן אויסגעברייטערט צו דעם אז דער 'מבחר האנושי', און אין אונזער קאנטעקסט, דער 'תכלית שבתכלית' - איז די אומה הישראלית. וממילא איז דאס אז די בריאה און אלע מאורעות שבה דרייען זיך ארום אידן שוין כהיום געווארן אן 'עיקר אמונה' ביי אידן, װי ערווענט אינעם 'שבת בלעטל' ארטיקל.

דער געדאנק אבער - אז דער מענטש איז 'ספעציעל' און דער עיקר ממבט הבריאה - האט זיך אבער אנגעהויבן בייטן מיט דער 'קאָפּערניקאן רעוואלוציע'. ניקאָלאס קאָפּערניקוס האט, װוי באקאנט, געשאפן און אויפגעוויזן אז דער וועג װי אזוי מ'האט זיך געהאט פארמולירט דעם אויסשטעל פון דער קאַסמאָס איז נישט ריכטיג - עס איז נישט די וועלט וואס איז אין צענטער און ארום איר דרייט זיך אלעס, נאר די זון איז אין צענטער און ארום איר גייען די פלאנעטן, ובתוכם אונזער וועלט (גערופן דער "היליאָסענטריק מאדעל"). דאס איז דערנאך

אויסגעברייטערט געווארן אז אונז זענען נאר ארום איין שטערן, אונזער זון, וואס איז אינעם דרויסנדיגן חלק פון א גאלאקסיע פון ביליאנען שטערנס, וואס די גאלאקסיע אליין איז א חלק פון בילאנען גאלאקסיעס אין דער יוניווערס. נאך שפעטער איז געקומען איינשטיינ'ס באקאנטע טעאריע פון רעלאטיוויטי, וואס עפי"ז איז בטל געווארן דער גאנצער געדאנק פון א צענטער בכלל - אלעס ווענדט זיך אינעם פערספעקטיוו און אינעם "רעפערענס פרעים" פנעם אבּזערווירער.

אלס א פועל יוצא דערפון, זענען פארהאן צוויי פּרינציפּן וואס האבן א שייכות איינער מיט'ן אנדערן. דער ערשטער איז אין קאסמאלאגיע, און וואס מ'האט טאקע א נאמען געגעבן נאך קאָפּערניקוס: "דער קאָפּערניקאן פּרינציפּ". דאס לױטעט, בקיצור, אז בעצם פון וואו אימער מען זאל נאר אבזערווירן די יוניווערס װעט עס אויסזען מער-ווייניגער אייניג און דאס זעלבע. והיינו, אז אונז, אויף דער וועלט, זענען נישט קין ספעציעלע און אויסגערופענע אבּזערווירער פון דייקא אונזער קוק-ווינקל. דאס איז אין איינקלאנג מיט דעם אז קאָפּערניקוס האט אויפגעוויזן אז אונזער װעלט האט נישט קין 'ספעציעלער' מקום אלס דער צענטער.

דאס האט מען אױסגעברייטערט צום וקהאנטראווערסיאלןן פילאזאפישן מידיאַקריטי פּרינציפּ דערין. דאס (בקיצור) זאגט נאך מער, נעמליך, אויב האט מען א סעט פון פארשידנארטיגע זאכן וואס צווישן זיי זענען דא אפאר ספעציעלע זאכן און אסאך סתם זאכן וואס זענען אייניג, איז דאך עפ"י פּראבעביליטי מער מצוי ושכיח אז אויב נעמט מען עפעס ארויס פון זי בסתם אז דאס זאל זיין פון די סתם זאכן, פון וואס עס געפינען זייך דארט מער, װי איידער פון די

זייט 50

זייט 50
טעקסט (OCR)

ספעציעלע זאכן פון וואס עס געפינען זיך דארט ווייניגער. דאס זעלבע איז בנוגע דעם מין האדם שבתוכו נפש השכלית, ומקומו: אונז, אין אונזער מקום בעולם זעען מיר נישט "ספעציעל" און עס איז פונקט אזוי שייך, צב"ש, אנדערע ברואים און וועלטן אזוי װי אונז. אין קורצן לויטעט דאס, אז מ'זאל אננעמען אז אונז קומען מיר פון דער דורכשניטליכער סעט און נישט פון עפעס "ספעציעל".

הגם דאס אלעס איז נישט ממש אינגאנצן אין איינקלאנג מיט מחשבת יהדות, טרעפן מיר אבער אביסל ענליך צום שורש פון דעם געדאנק אינעם רמב"ם (מו"נ ח"ג פי"ג). װי דער נרבוני, ‏ שם שוב, און אברבנאל (בהחסלת) זענען מסביר, װויל דער רמב"ם מסיר זיין די תלונה פון דעם אז דער מענטש איז סובל רעות. ווארום אויב איז ער דער מבחר ותכלית הבריאה וי קומט זיך אים צו ליידן אזוי? אויף דעם זאגט דער רמב"ם אז דאס גאנצע זוכן א תכלית בכלל, און בפרט: שטעלן דעם מענטש ומין האדם אלס דער תכלית - איז נישט אין פלאץ. דער מענטש איז נישט דער תכלית האחרונה של הבריאה, וייל דער תכלית הבריאה איז נאר רצון הקב"ה, שהיא עצמותו ממש. ס'האט אים כביכול גארנישט געפעלט בעפאר דעם - און בריאת האדם האט אים מיט גארנישט ערגענצט נאך דעם. פון דעם קומט ארויס, אז בעצם, הגם מיר האבן, רעלאטיוו, מעלות העכער אנדערע בע"ח, און מיר פארמאגן טאקע די נפש המשכלת וואס מיר קענען זיך דערמיט עטוואס עטוואס מדמה ומקשר זיין לקונו, זענען אונז אבער *"נישט ספעציעל - זיכער נישט ממבט הבריאה ותכליתה. (שפינאזע האט דאס נאך מער אויסגעברייטערט.) און דער רמב"ם איז דערנאך ממשיך אינעם נעקסטן פרק, אז אפילו צו זאגן אז דער מענטש איז פשוט "ספעציעל" לעומת הקאַסמאָס איז אויך

נישט ריכטיג (הגם דער רמב"ם רעדט פונעם מיטל-אלטער מבט אז די גלגלים און דער קאַסמאָס זענען בעלי שכל והשגה). דאס וואס עס דאכט זיך אונז יא אזוי, איז פשוט מכח אונזער אנטראָפּאָסענטריזם וואו אונז, זייענדיג אונז, מיינען אז "מיר" זענען דער עיקר.

(עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז אפילו דער אור ה' וואס דינגט זיך מיט דעם און האלט יא אז דער מענטש איז תכלית הבריאה (מאמר ב כלל ו פ"ג), און װויל מפרש זיין דעם רמב"ם אז ס'איז יא בעצם דא א תכלית המציאות בכלל און עס איז בעצם יא אין פלאץ צו חוקר זיין אחר זאת התכלית הגם עס איז גאר שווער (שם פ"ה) - האלט אבער פארט אז אפילו פון א "דזשיאָסענטריק מאדעל" איז מעגליך אז עס זענען דא אן אינפיניט צאל פון וועלטן מיט ברואים דערין (שם מאמר ד דרוש ב); ענליך צום געדאנק פונעם מידיאַקריטי פּרינציפּ.)

פאר מיר פערזענליך איז דאס ארויסגעקומען צום אויבערפלאך מיט מיין שווער שליט"א. מיין שווער שליט"א איז באמת א צדיק פון א איד און א תמים בדרכיו, און אין די לעצטע פּאר יאר האט אים ליידער באטראפן עטליכע שוועריקייטן ואס ער באטראכט אלס עונשים. ער האלט זיך אין איין פארבעסערן (הגם, כאמור, איז ער לדעתי סתם אזוי א צדיק יסוד עולם) אבער עס ווערט אים נישט בעסער - אפשר גאר ערגער. ער האלט אין איין מאכן גאנצעטע קאַסמיק-חשבונות אויף וואס מ'וויל פון אים: אפשר דאס אדער אפשר יענץ. והגם מ'קען און מ'זאל טאקע אננעמען אז שלעכטע מאורעות איף א

זייט 51

זייט 51
טעקסט (OCR)

מענטש רופן און וועקן אים צו תשובה ותיקון מעשיו, װי דער רמב"ם אליין זאגט אין הל' תענית (פ"א ה"ג) און װוי צוגעברענגט אינעם פריערדיגן מאמר, איז אבער דאס מאכן חשבונות אויף וואס "וויל" דער באשעפער פון "אים", נישט אין פלאץ. דאס קומט פון דער אי-הכרה אז דער מענטש, הכלל או הפרט, איז נישט דער צענטער ועיקר פון דער בריאה אז די קאסמאָס וכל אשר בה דרייען זיך ארום אים, וממילא איז שפעקולירן על מה עשה ה' ככה "לו" בכלל א טעות מיסודו.

איך גלייב אז אויב מען איז דאס מכיר, ובנוסף צו מיינע צװיי פריערדיגע מאמרים אין װועקער נומער 18 און אין נומער 19, קען דאס העלפן דעם מענטש גרינגער בייקומען שוועריקייטן וואס ער גייט חלילה דורך. ויה"ר שנרווה אך טוב.

מבטעבוט

עס דארף באטאנט ווערן אז דאס אלעס איז ל"ד א סתירה מיט דעם געדאנק פון "מה חובת האדם בעולמו", וואס איז אויך אן ענין פון בקשת תכלית. דאס איז ווייל װי דער אברבנאל זאגט אין סוף פון זיין 'שמים חדשים' (עיון ד' דרוש ו') קען די שאלה פון בקשת תכלית זיך ווענדן אין פּערספּעקטיוו. למשל, ווען א שניידער מאכט א קלייד, איז טאמער באטראכט מען די שאלת התכלית פונעם שניידער'ס, דעם פּועל'ס, פּערספּעקטיו, איז דער תכלית צו לייזן געלט דערפון; דער עיקר איז אויסדריקליך נישט דאס קלייד אליין. אויב באטראכט מען דאס אבער פונעם קליד'ס, דעם פּעול'ס, פּערספּעקטיו, איז דאס אויף כדי צו װוערן אנגעטון. דאס זעלבע איז בנוגע בקשת תכלית העולם: פונעם יוצר'ס פּערספּעקטיו קענען מיר דאס נישט משיג זיין מער װוי זאגן

"רצונו" - און זאגן אז אונז זענען "תכלית הבריאה" איז נישט אין פלאץ. משא"כ ווען אונז באטראכטן זיך, דעם יצור פון דער מענטשהייט, פון אונזער איגענער פּערספּעקטיו, איז דער תכלית אונזערע להתדמות לקוננו במה שאפשר; אפגעזען צי מיר זענען "יוּניק" ומיוחד על הכלל כולו צי נישט. (מיט דעם פארענטפערט ער די אנגעבליכע סתירה אז דארט שפעטער אינעם מורה, בפכ"ה, זאגט דער רמב"ם אז ס'איז יא דא א תכלית פארן מענטש לגבי בריאתו ע"ש. מ'קען מיט דעם אפשר איך פארענטפערן דאס וואס דער רמב"ם זאגט אין זיין הקדמה לפירוש המשניות אז אלעס וואס איז אונטער דעם גלגל הירח איז באשאפן געווארן לצורך האדם ע"ש; והיינו נמי פונעם מענטשנ'ס פּערספּעקטיו דייקא. הרב דר. נחום לאם ז"ל האט געהאלטן אז דער רמב"ם האט צוריקגעצויגן פון וואס ער האט געהאט געשריבן אינעם פירוש המשניות אין זיינע יונגע יארף. און װי ר' אברהם בן הרמב"ם זאגט נאך אין זיין מעשה נסים (סוף תשובה ז) בשם זיין פאטער, אז מען זאל זיך ענדערש פארלאזן אויף דאס וואס מען טרעפט געשריבן אין זיין משנה תורה װען ס'איז פארקערט פון פירוש המשניות, ווייל עס איז מער מדוקדק ע"ש, ולכאורה ה"ה למש"כ בהמורה היפך מש"כ בפירוש המשניות.)

דאס האט ענליכקייטן צו אן אנדערן פּרינציפּ אין קאסמאלאגיע, וואס איז אביסל מקושר צום אויבן-דערמאנטן "קאָפּערניקאן פּרינציפּ": דער "אַנטראָפּיק פּרינציפּ". דאס האט מערערע נוסחאות, אבער איינער פון די געדאנקען דערין װערן גענוצט אויף אפצואווארפן א ווערסיע פונעם באקאנטן טעאיסטישן "טעלעאלאגישן ארגומענט" - "דער ארגומענט פון דעזיין". דער ארגומענט טענה'ט, אז פון דעם וואס מ'זעט אז די וועלט איז, און ארבעט, מיט אזא סדר, איז מוכרח

זייט 52

זייט 52
טעקסט (OCR)

אז עס האט א פועל ואס האט דאס אוועקגעשטעלט אזוי במכוון - והיינו ג-ט - און איז נישט במקרה. ועיין לדוגמא בחובות הלבבות, שער היחוד פ"ו.

עס איז טאקע מערקוירדיג צו באטאנען אז דער רמב"ם, אין ח"ב פי"ט, ניצט דעם ארגומענט, אבער נאר לגבי הברואים שהם למעלה מגלגל הירח וואס װערן נישט נפסד, ועיין בריש 'שמים חדשים' מהאברבנאל. און דאס איז הגם ער לאזט פאלן ווערטער אין פי"ג אז די צמחים זענען יא לתכלית קיום הבע"ח. דער 'שם טוב' דארט מאכט א חילוק צווישן "תכלית כל נמצא טבעי" און "תכלית האחרונה" ע"ש. דאס איז על אף דעם אז קריטיקירער פן דעם ארגומענט, וי צב"ש דער סקאטישער פילאזאף דוד הום, האבן גע'טענה'ט אז דער ארגומענט טוט אנטראפּאמארפיזירן ג-ט אין דעם אז עס שטעלט אים צו מענטשליכע מושגים פון א "פועל"; עפעס וואס דער רמב"ם איז געווען גאר אנטקעגן אין זין נעגאטיוער טעאלאגיע.

אין פיזיקס זעט מען דאס בננוגע די פינקטליכע װעליוּס פון די פונדאמענטאלע געזעצן אין פיזיקס, וואס װען זי זענען אביסל מער אדער ווייניגער וואלט די בריאה - װי אונז פארשטין איר - ובפרט די מענטשהייט, נישט געקענט עקזיסטירן. ועכ"כ אז דער פיזיקער דר. לי סמאָלין שאצט אז דאס אז ס'איז אזוי אויסגעשטעלט איז א שאנס פון 1 אין ?1077 - איינס פון א צאל מעגליכקייטן וואס באשטייט פון א נומער וואס האט 1 מיט 229 זעראס דערנאך!? דאס

רופט זיך "פיין-טוּנינג", און איז אנגעבליך א ראיה צו דער עקזיסטענץ פון א ג-ט וואס האט דאס במכװן באשאפן און אויסגעשטעלט אזוי.

דער "אַנטראָפּיק פּרינציפּ" װערט אבער געניצט דאס אפצוענטפערן. והיינו, אז עס איז טאקע יתכן אז די װעליוּס פון די געזעצן וואלטן געקענט פונקט זיין אנדערש, אבער דאס אז דער מענטש קלערט יעצט ארין דערין און איז דא, טוט באדייטן אז די געזעצן האבן זיך שוין טאקע פונקט אויסגעשטעלט אזוי על אף אז דאס איז געווען גאר גאר גאר אָנלײקלי מעיקרא; ווען נישט, וואלט ער דאך נישט עקזיסטירט און געקענט בכלל דא זיין צו אריינצוקלערן דערין, און זיין איבערראשט דערפון. ‏ אן אנדערער װעג פון דאס באטראכטן איז, אז דער מענטש, זייענדיג א מענטש, קען נאר זען די פּאראמעטערן און געזעצן וואס לאזן צו לעבן וממילא דאס מציאות פונעם מענטש; ס'איז דאך נישט מעגליך פאר אים צו זען עפעס אנדערש און אנדערע פּאראמעטערן וואס לאזן דאס נישט צו?. דאס גייט אזוי ווייט אז עס זענען אזש דא וואס ווילן דאס נוצן - דעם פּרינציפּ אין א 'שטארקן' פארעם - איף צו זאגן אז די בריאה "מוז" האבן אט די װעליוּס און פּאראמעטערן, ווייל ווען נישט וואלט דאך נישט געווען קיין באשעפענישן דאס צו אבּזערווירן און וויסן בכלל. וממילא צו קענען בכלל אבּזערווירן 'א' וועלט מוז עס האבן וועליוס און פּאראמעטערן וואס לאזן צו לעבן - על אף אז על הכלל כולו קען עס זיין גאר אסאך אנדערע װעליוּס.

דאס װערט געשטארקט און גײט אין איינקלאנג מיט װערסיעס פון דער "מאָלטיווערס" היפאטעזיע, וואס לויטעט אז איה"נ עס זענען דא א געוואלד, צי גאר אן אינפיניט צאל, פון "אנדערע" יוניווערסעס, צי *"איזל/בּאָבּל ייווערסעס" צי

זייט 53

זייט 53
טעקסט (OCR)

יוניווערסעס וואס זענען געווען איינער נאכ'ן אנדערן (כעין "בונה עולמות ומחריבן" (ב"ר ג, ז), פון וואס סיי דער רמב"ם (מו"נ ח"ב פ"ל) און סיי דער רלב"ג (מלחמות ה' מאמר ו' ח"א פ"ג) האבן נישט געהאלטן), וואס פארמאגן אנדערע װעליוּס וכדומה, אבער אונז קענען נאר אבזערווירן דעם אין וועלכן אונז קענען בכלל צושטאנד קומען און עקזיסטירן. דאס, לגבי יונווערסעס בכלל אין דער קאנטעקסט, איז אױיך אין דעם געדאנק פון אויבן-דערמאנטן ימידיאַקריטי פּרינציפּ. (הגם בעצם איז דאס נישט ממש אין איינקלאנג מיטץ אַנטראָפּיק פּרינציפּ, וואס לפי"ז קען מען דאך נישט ממש זאגן א טעזע בנוגע דאס וואס לאזט צו לעבן און וי שכיח דאס איז. וי אויך אז לאידך גיסא גיבט דער פּרינציפּ דאך עפעס א 'ספעציעלקייט' פאר'ן מענטשליכן אבזערווירער, אז זיין מצב מאכט דאס מוכרח אז ער זעט וואס ער זעט?. ובנוגע מולטיווערס היפאטעזעס בכלל ביחס צו דעזיין ארגומענטן, באטאנט טאקע דר. העלגע גראף אז זיי ליידן פון אן ענליכן פראבלעם פון דעזיין ארגומענטן, ובפרט לפי דער ווערסיע דערפון פון 'אינטעלידזשענט דעזיין'. והיינו, אז זי קענען בכלל נישט ווערן אויסגעפרואווט?. די קריטיק אנבאלאנגט די אבער די פּרינציפּ(ן) בכלליות? געדאנק איז אז דאס איז נאך פונקט אזוי מסתבר און האלט אויס. װי אויך האט צב"ש טשארלס דארווין גע'"טענה'ט אז דער "פראבלעם פון שלעכטס" איז דאך א פירכא צו אט דער 'דעזיין" טעזע פאר אן פּערפעקט דיזיינער; אן "ארגומענט פון שוואכער דעזיין" קעגן מציאותו ווייל עס צײגט אױף דיסטעלעאלאגיע און דאס אי-תכלית פון דער בריאה.)

(עס דארף באטאנט ווערן אז דאס איז אלעס נאר אויב ס'איז בכלל שייך אז די געזעצן

וואלטן געקענט האבן אנדערע וועליוס; עס איז נישט מוכרח, און עס איז יתכן אז עס זענען דא אונטערליגנדע פיזישע סיבות וואס דערלאזן נישט אנדערע וועליוס.)

מען קען באטראכטן דעם פּרינציפּ װי עס זאגט אז מ'זאל דאס באטראכטן פון דער פארקערטער ריכטונג: מען זאל דאס נישט אלעס באטראכטן פונעם פּערספּעקטיו פון 'על הכלל כולו' נאר מ'זאל אנהויבן פונעם פּערספּעקטיוו פון דער מענטשהייט ממש - איינמאל מ'האלט שוין לאחר מזה אז ער איז שוין דא. און ענליך איז בנוגע בקשת תכלית המציאות בכללה: איה"נ אז אונז זענען נישט דער עיקר הבריאה, אבער דאס איז ווען מען באטראכט דאס אלעס על הכלל כולו אינדרויסן פון אונזער קוק-װינקל; װען מ'הייבט אָן פון אונזער קוק-ווינקל דוקא, איז "אונז" כלפי דער וועלט והקב"ה האבן יא א תכלית פון "אונזער" באשאפן וערן, וואס אונז קענען יא פארשטיין, פרעגן, פארשן און ענטפערן דערויף.

ולסיים מעין הפתיחה, איז משמע פונעם מאירי אין יבמות סג. ענליך צו דעם געדאנק. די גמרא זאגט דארט, "א"ר אלעזר בר אבינא, אין פורענות באה לעולם אלא בשביל ישראל". זאגט דארט דער מאירי אז ס'מיינט דאס וואס פאסירט צום פערזענליכן מענטש אליין. װי אויך איז משמע בדבריו אז דער געדאנק איז ל"ד אז דאס איז טאקע געקומען להעולם "צוליב" אים/אידן. נאר עס איז א לימוד פאר'ן איד אז ער זאל דאס באטראכטן פון זיין ‏ שטאנדפונקט, "כאילו" עס איז געקומען וועגן אים, און ער זאל מטיב זיין דרכיו ע"ש. דאס איז ענליך צו דעם פריערדיגן געדאנק אז עס וענדט זיך פון וועלכן שטאנדפונקט מען באטראכט א זאך.

זייט 54

זייט 54
טעקסט (OCR)

געט

6 }0 5107 86106ע18ע0ס 4 :6196ט1מט 486 ת{ ג51610סכן [טעלעפאן]) .א ,תמה 1 -קק .([טעלעפאן] /1ע46ע008) 1615 186 -2/1210021065 [טעלעפאן] 05ס1ע 4,. 2

,6 .121695 /0001061810 4ע02410 .[טעלעפאן] ,מ11סגתל 5./ק .091406 2

21 :[טעלעפאן] }04 06מ48296 (2009) .8 ,[טעלעפאן] 109גנט?-486 ,8519 ,1085115 16טט 002604100 ת1 117ט118115161 0,..סק .(560165,143)1 1021קספסוגמק. 4

ת} [טעלעפאן] ס1קס/מ?מ4 [טעלעפאן] /6מעטם [טעלעפאן] ,[טעלעפאן]' [טעלעפאן] 6021/01048110 :62 גנט?פסקגעץפ 1/0 .ש10109ע09ס 291-28 .קק .261061 :120:[טעלעפאן]

[טעלעפאן]? [טעלעפאן]:826) :[טעלעפאן] ,16:4920 95 -קן 1:09126 60ע06/0) .2698 קס1פעסשגמט 0410 -109סמ9סס 80 8ס1פץמק 24

8.קעק .(25)2 ,[טעלעפאן]' .ש10סגע9סס ק:2סס 8 . (1985) .ת .11 ,[טעלעפאן]

אוײַסטסהסך איז א פלאטפארמע געווידמעט פאר תורה, מחשבה, קונסט, פאעזיע און אידישער ליטעראטור פון העכסטער קוואליטעט. איר קענט זיך פארבינדן מיט דער רעדאקציע דורך שיקן אן אימעיל צו גסס.[טעלעפאן]