מייסטערווערק — ארכיוו
קנקן חדש מלא ישן · meisterverk.com · 2024
זוך אין אלע ארכיוון

יוֹנָה מָצְאָה

יוֹנָה מָצְאָה’ס פּענע שפּריצט מיט ליטעראַרישער געניאַליטעט שוין זינט כּיתה ד’ ווען דער מלמד האָט אים באַפוילן אָפּצושרייבן הונדערט פופציג מאָל דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה. יוֹנָה’ס צעשמיסענע מחילה האָט נאָך געצופּט און געפיבערט פון מלמד’ס פּאַסיק, אָבער די מוֹח־קעמערלעך זיינע האָבן זיך שוין געאַמפּערט מיט אַן ערגאָנאָמישער חקירה: היכי דמי דער אידעאַלער שרייבן־מעטאָד, האָריזאָנטאַל אָדער ווערטיקאַל? האָריזאָנטאַל טייטשט שרייבן שורה־ווייז, אַרויפקלעבן אויפן פּאַפּיר א גאַנצן דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה אויפאַמאָל, וחוֹזר חלילה, נאָך הונדערט ניין־און־פערציג מאָל. ווערטיקאַל טייטשט שרייבן גרופּע־ווייז, באַלד צעטיילן דעם דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה אויף פיר מחנוֹת, אַראָפּקריכן ערשט מיטן דֶּרֶךְ, אויסשיטן הונדערט פופציג שטיק, דאַן אויסשיטן עטליכע פּעק אֶרֶץ, און אַזוי ווייטער, ביז ס’שיילט זיך אַרויס אויפן בלעטל א דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה א מאָל הונדערט פופציג.

(די באשרייבונג פון מייסטערווערק)