מייסטערווערק — ארכיוו
קנקן חדש מלא ישן · meisterverk.com · 2024
זוך אין אלע ארכיוון

מאָצל נח טויב

מאָצל נח טויב האָט אַלס אינגל געבעטן פאַר אפיקוֹמן צו זיין א מעכטיגער גראַמער ווען ער גייט ווערן א טאַטע. לעגענדאַרע ריזן ווי אַרי באַרי באָקסער האָבן איבערגעלאָזט אויף מאָצל נח’ן א גאָר טיפע אינספּיראַציע. אַרי באַרי באָקסער האָט אויסגעלערנט מאָצל נח’ן אַז א אידיש וואָרט וואָס מאַנגלט א גראַם נעמט מען גראָד צום דאָקטער. ויגדל מאָצל נח און געזוכט א דאָקטער פאַר זיין באָקסער אין די היימישע אורזשענט־קעיר צענטערן, אָבער געטראָפן האָט ער בלויז פּי־עיס און ען־פּיס. היה פּיקח אחד משיב לו: אל תקרי באָקסער אלא באָקסערל, און מיטן באָקסערל קענסטו לויפן צום דאָקטערל — נישט נאָר איינמאָל, נישט נאָר צוויי מאָל, נאָר אויף דריי מאָל …

(די באשרייבונג פון מייסטערווערק)